Original scan
Original memorial-book scan 178
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1139

איז באגליקט געמאכט אינעם מסחר. דערשלאגן זיך צו א סאלמענן מאט ער פארלייגט אן אייגענע ברויעריי. אויב דא האט אים דער באשערטער מזל צוגעדינט, אזוי אז אין א קארצער צייט האט ער געבויט א צווייטע גרעסערע ביר-פאבריק אין זדונסקאוואלא, ביי לאדזש. נאך דעם ערשטן וועלט קריג האט ער געקויפט אין קעניגס-הוטע (אויבערשלעזיען) א פאבריק פון מעטאל-פראדוקציע, וואס האט גאר שטארק סראספערירט. דא הויבט אן צו שטייגן זיין פארנעם, און א דאנק זיין אונערמידלעכער עגערגיע, ארגאגיזאציאנעלע פעאיקייטן און איניציאטיוו, האט ער זיך דערשלאגן צו א גאר גרעסער מדרגה אין דער פוילישער אינ ~ דוסמרי, אלס אינהאבער פון די גרויסע ציגקאווניעס אין בענדי ן (שעלעצקא גאס) וועמענס אויסארבעטונגען (צינקמוייס, בלעכן, עמערס, א. ז. וו.) זעען געווארן עקספארטירט קיין אויסלאבד. זיין אונטערנעמונג האט באשעפטיקט איבער טויזנט מענטשן, פון זיי פיל יידן און ספעציעל די אנפירערשאפט, די בעאמטע, פון וועלכע אייניקע האבן זיך געראטעוועט: דער טעכניקער ג א ל ד מ י נ ץ, בעביעק פ א ג ע- ל ע וו י ס ש (ביידע אין ישראל), הענדל ראטנער (אמעריקע), העל א שמעון פירסטעבבערג.

passage_2e1a71f18ce65cd26bfb6410
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1141-1654

שייער (בעלגיע), בדידע ר באזשיקאווסק י (שווייץ) או ן גאך. אי ן דער פאבריק האב ן געארבע ט חלוצים פו ן בענדינע ר קבו ץ פא ר וועלכ ן פירסטענבערג הא ט זייע ר פי ל געלייסטעט. ע ר הא ט געזארגט, א ז זיינ ע באשעפטיקטע ארבעטע ר זאל ן בי י אי ם געניס ן פו ן גוט ע סאציאל ע באדינגוב- גען, אויסבויעגדי ק פא ר זי י ספעציעל ע וו1ינונגע ן נעב ן זיי ן פאבריק. ע ר האט געקויפ ט דע ם בני ן פו ן דע ר האבדל ס באג ק אוי ף סאגטשעווסק א גאם, דארט געוו1יג ט או ן פארלייג ט דא ס הויפט-ביור א פו ן זיי ן גרויסע ר אונטער- געמונג.

passage_7f5c3239383aad06e01c2463
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1656-2528

פירסטענבערג האט גישט נאר געטראכט וועגן עולם הזה, נייער אויך וועגן עולם הבא. ער איז געווען א פילאנטראם און כלל-טוער בה״א הידיעה. זיינע דערגרייכונגען זענען געווען וואגיקע. פיל צייט, פיל געלד האט ער אוועקגעגעבן פאר דער יידישער געזעלשאפט און פאר ארץ-ישראל. נישט געווען אין אונזער שטאט א געזעלשאפט — נישט רעדענדיק שוין וועגן פילאנטראפישע אינסטיטוציעס — ווו ער זאל נישט זיין פארטרעטן: עטליכע יאר פארזיצער פון ספארט-פאריין "הכה", אנפירער פון "תלמוד תורה", און עסקן(אויך זיין פדוי) אין "דאבראטשיננאשץ׳", א געוועזענער פארזיצער פון שטאט-ראט אין די יארן 1927/30, ווו ער האט זיך אויסגעצייכנט אלס פאר- וואלטער מיט די שטאטישע ענינים, געוועזענער פארזיצער פון דער יידישער קהילה, פארזיצער פון "אגודת שוחרי האוניברסיטה בירושלים", א מיטגליד פון ראט פון יידישער אגענטץ, און נאד און נאד.

passage_22e4f6a14396646fda28bde6
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2530-3522

ווען אין שטאט ווערט סראקלאמירט א געלט-אקציע פאר קרן היסוד און קרן קרן הקיימת, איז ער תמיד געגאנען בראש פון די אנגעזעענסטע תורמים, צאלענדיק 10% (מעשר) פון די געזאמעלטע געלטער. ער האט אויך על פי רוב געגעבן פאר נישט ציוניסטישע פאנדן: פאר ישיבות, פארשידענע קולטור-אינסטיטוציעס ("ייווא", "תרבות") הכשרה באדערפעגישן, ספארט-צוועקן. ער האט קיינעם נישט אפגעזאגט, מען מען האט זיך געווענדעט צו אים, און צוליב דעם איז ער געווען דורך אלעמען געשעצט . איך געדענק אן אינטערעסאנטן פרט: מען די ציונים כלליים האבן געפייערט אין די צוואנציקער יארן דעם "חנוכודהבית" פון זייער נייעם לאקאל אויף, קאלאנטאיא גאס, האט ער אין זיין באגריסונג-רעדע פייערלעך מבטיח געווען, אז ער וועט שטענדיק טראגן די לאסט פון די אדמיגיסטרא- טיווע אויסגאבן פון לאקאל (דירודגעלט, ווירטשאפט, ליכט, שטייערן) אבער בתנאי, אז די בעלי״בתים זאלן זיך באשעפטיקן מיט רוחניות און מיט ציוניזם... ער האט זיין צוזאג מקיים געווען.

passage_86ae765473dd3871aa4b063b
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3524-4788

דער קרוין פון זיינע וווילטעטיקע מעשים איז געווען דער פראכטיקער פולער בנין פון דער גימנאזיע "יבנה", מאס ער האט אויסגעבויט און אריינגעלייגט אין איר הונדערטער טויזנטער זלאטעס. תליאביב מאלט געקענט שטאלצירן מיט אזא קולטור־נכס, מאס איז געווען געבויט מיטן גרויסן פארנעם, לויטן לעצטן ווארט פון דעדער ארכיטעקטור און שול- באדערפענישן. (לאמיר נישט פארגעסן, אז דאס איז געווען מיט עטליכע דרייסיק יאר צוריק). געווען צייטן, מען פירסטענבערג איז געווען מאמענטאל פיגאנסיעל געענגט צוליב מאס די בוי־ארבעט איז געווארן צייטמייליק איבערגעריסן. נישט זייענדיק ביכולת זי אויסצופערטיקן. ער האט זיך אבער נישט מיאש געווען, געבארגט געלט, געצאלט פראצעגטער און ווייטער פארגעזעצט די בוי-ארבעט. מען דער בענדינער נדבן און גרויסער האלץ־־סוחר, אליעזר באזשי- קאווסקי האט געוואלט פירסטענבערגן ארויסהעלפן, האט ער פארגעשלאגן דעם שול-קאמיטעט פון "יבנה", אז אויך ער מיל האבן א חלק אין דער נייער געביידע, און מיל שפענדן א באדייטנדיקן סכום. ^ירסטענבערג איז פון דעם אנבאט נישט נתפעל געווארן, אומגעקערט — ער האט זיך שטארק געפילט געטראפן, זאגענדיק: "א דאנק אייך פאר דער ׳ברייט- הארציקייט, אבער איך נויטיק זיך נישט אין קיין חילף אין אודאי נישט אין קיין שותפים".. .

passage_c7c4ae495d2d0538453c60c2
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4790-6089

די "יבנה״־שול, מאס האט ארויסגעגעבן טויזנטער אביטוריענטן (פיל פון זיי פראמינענטע אנשי־רוח: דיכטער, שרייבער, מעדיקער, אוגימער־זיטעט־פראפעסארן, קינסטלער, דענקער) האט געטראגן דעם נאמען פון די מעצענאטן "שמעון פירסטענבערג און פרוי". דאס האט ארויסגערופֿן א פארומרף, א פארדרוס און א דיסקוסיע ביי א טייל פון דער געזעלשאפט, וואס האט געזען דערין א הלול השם פין דער פריערדיקן, היסטארישן אזוי סימבאלישן נאמען "יבנה". פירסטענבערג האט א גערירטער באגרינדעט זיין פארלאנג, מאס אן אמת, מיט א קגאף איבערצייגענדיקן ארגומענט, אבער מיט א מין ודוייטאן, ווי ער מאלט פאראויס געזען דעם ביטערן עתיד, מאס איז טאקע, מקוים געווארן: "היות ווי איך האב נישט קיין נחת און קיין שליטה איבער מייגע אייגענע קינדער, וועלכע דערמייטערען זיך פון יידישקייט, פון נאציאנאלער דערציאונג, שפראכלעך און קולטורעל, פון יידישע נייגונגען, זאל מיר לכל הפחות באשעפט זיין צו האבן א ביסל גייסטיקן תענוג פון פרעמדע יידישע קינדערלעך פאר וועלכע איך האב געבויט די שול, מאס מעט אויסשטראלן איר געבענטשטע ווירקונג אויף די תלמידים, וועלכע מעלן באקומען א חינוך אין ליכט פון נאציאנאלן אידעאל און באומסטזיין. זאלן זיי מיך אמאל געדענקען צום גוטן, מייל איך האב עפעס מיטגעווירקט פאר זייער ומילזיין און אהבת ישראל".

passage_18a78a6148a942661959a076
Passage 7OCR · respaced for reading · source chars 6091-6235

מיטן אויסברוך פונם לעצטן קריג איז ער אמעק מיט זיינע בני-בית קיין לעמבערג. באגלייט מיט גרויל און שוידער האט ער זיך ערגעץ ווו

passage_462a7af00e469332b89f679a