Original scan
Original memorial-book scan 181
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1197

ק*גמאל נישט צעקטענעט אויסגע&ינען, וואט לאט טעוולץ געמאכט א£ * זונדערן פון זיין אמאליקער טיכטיקער ציוניסטישער ארבעט. בלויז א קורצע צייט פארן מלחמדדאויסברוך, האט זיך טעוול ווידער באוויזן אין ציוניסטישן קלוב — נישט אלס מיטארבעטער, נישט אלס סעקרעטאר, בלויז אלס גאסט. געבלעטערט צייטונגען, ווייניק גערעדט. געקומען שטיל, אוועק שטיל. פאר אים איז דאס רוישיקע לעבן אין ציוניסטישן קלוב געווען אביסל פרעמד. אבער מיר זענען געווען צופרידן אים צו זען פון צייט צו צייט ביי אובז. מיר האבן אים מיט פיל ווארעמקייט אויסגעגענומען, זיך באמיט ארויסווייזן א סך חברישקייט. דער קריג־אויסברוך האט געמאכט א סוף צו זיין לעבן. זאלן זיין די געציילטע ווערטער וועגן טעוולץ א שטיקל מצבה פאר אן אלטן גוטן חבר, וואס האט שטארק געהאלפן פארשפרייטן דעם ציוניסטישן געדאנק אין יענער "פרזדהיסטארישער" איפברוידתקופה. כבוד זיין אנדענק. אברהם ליווערי * יצחק מרדכי פסחזאן ןיישט געווען קיין בענדינער ייד, וואם זאל נישט קענען דעם געווע- 3 זעבן סעקרעטער פון דער ארטיקער קהילה, דער איבעראל געאכטעטן בונדישן טוער, וועלכער האט א האלבן יארהונדערט געטריי געדינט דעם יידישן ישוב און דעם סאציאליסטישן אידעאל.

passage_243d27e08990c202b98a92e8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1199-2472

געבוירן אין רוסלאנד, אין שקלאוו ביי ם דניעפר, אין יאר 1876. באקר מען א רעליגיעזע דערציונג אין פאטערם הויז, און גישט קוקענדיק אויף דעם וואס ער שטאמט פון א רבנישן יחוס און אויסגעוואקסן אין פרומקייט, איז ער גאר יונג פארכאפ ט געווארן פון ראדיקאלע שטרעמונגען. אין די יונגע יארן קומט ער קיין ווארשע און ווערט טעטיק אויפן געזעלשאפטלעכן און סאציאליסטישן געביט. ער פארבינדט זיך מיט יצחק לייב פרץ און ווערט ביי אים אן איינגייער, ווייל ער איז; געווען באהאווענט אין דער יידישער ליטעראטור און פון צייט צו צייט אויך זיך באנוצט מיט דער פע ן אין פארשידענע ליטערארישע אויסגאבן און אין דער פארטיי־ סרעסע. אין יאר 1893 העלפט ער ארויסגעבן א העקטאגראפירט אויפרוף צום רטן מאי, וואס ווערט פונאנדערגעשפרייט און אונטערגעווארפן אין וואר־ שטאטן און פאבריקלעך. אין יאר 1897, מיט דער אנטשטייובג פון "בונד,/ שליסט ער זיך באלד אן אין זיינע רייען, און איז פון די אקטיווסטע טוער ביז זיין לעצטן טאג, ווען די באצישע קויל האט אובטערגעהאקט זיין לעבן. פאר אומלעגאלער טעטיקייט ווערט ער עטליכע מאל ארעסטירט, זיצט לענגערע צייטן אין תפיסה. אין 1903 באזעצט ער זיך אין דער שווייץ (זשענעוו), ווו ער איז געווען טעטיק אין אויסלענדישן קאמיטעט פון "בונד".

passage_590113e69eaf676f759ed2ae
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2474-3576

ער קומט ווידער קיין פיגסק, ווילנע און ווען זיינער ערשטער פרוי איז געשטארבן, איבערלאזנדיק איר מאן און זון, קומט ער אין יאר 1909 קיץ בענדין, ווו ער האט אפגעלעבט 35 יאר ביז צום אומקום. ער פארבינדט זיך מיט זיין צווייטער פדוי, און מיט איר געהאט דריי טעכטער, אלע דריי שפעטער אקטיוו אין דער בענדינער ארגאניזאציע פון "השומר הצעיר", אויסגעצייכנט זיך אין דער אונטערערדישער טעטיקייט בעת דער נאצישער הערשאפט און געפאלן העלדיש אויף דער וואך, באזובדערס עדזשא, וואס איז פארפייביקט געווארן, ווען מען האט זי געכאפט מיט געווער אין דער האנט, וואס זי האט אריבערגעפירט אלס ארישע פדוי אין בענדיבער געטא. גאלרעל ערשטער וועלנדמלחמה רערט פסחזאן פעקרעט^ר פדן רעו * יידישער קהילה, און אין 1917 ווערט ער געוויילט אלס ראטמאן פון דער בונדישער ליסטע אין בענדינער שטאט־ראט. אין דער וואכנשריפט "לעבעגס פראגן" און אין דער טעגלעכער "פאלקנד צייטונג", פארעפענטלעכט ער אין א מייסטערהאפטע פארם און שייבער שפראך אסך ארטיקלען, סקיצן און זכרונות אונטערן פסעוודאנים "וואגנער" און דאן "אן אלטער באקאנטער".

passage_cd4abdc10abab74c2c232fec
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3578-4863

לאנגע יארן איז ער געווען א מיטגליד פון צענטראלער קאמיטעט פון "בונד" אין פוילן און די נשמה פון דער בונדישער ארגאניזאציע אין בעבדין . ער איז געווען שעפעריש אויף פארשידענע געביטן אין שטאט , און ספעציעל זיך געווידמעט דער יידישער שפראך און קולטור , לייסטענדיק פיל פאר ייוו״א . יצחק מרדכי פסחזון . גישט קוקנדיק אויף זיינע ראדיקאלע אנטי״ציוגיסטישע אייגשטעלונגען און אידעאישע מייגונגכדפארשידגקייטן , איז ער געווען איבעראל געשעצט און פארערט צוליב זיין ערלעכקייט און מעגטשלעכער באנעמונג צו יעדן , אפילו אין די קעגנערישע קרייזן , וועלכע האבן א^געשאצט זיין אידעאליזם און מסירורנפש פאר יעדער יידישער זאך . אין לעצטן קריג ווערט ער ווידער אקטיוו אין דער אונטערערדישער ארבעט קעגן די נאצישע באנדיטן רויבער . אין בוך ,,דורוֹת בונדיסטן״ (פארלאג ״אונזער צייט״ , נידיארק , 1956) , לייענען מיר פאלגנדעס : ״אין פעברואר 1940 האט דער שליח פון צענטראל - קאמיטעט פון "בונד" , ארטור נונבערג , געברענגט אין פסחזאנ'ס וווינונג אומלעגאלע ליטעראטור און געלט , און אפגעהאלטן א זיצונג פון בענדישער קאמיטעט מיט דער באטייליגונג פון פסחזאן , סטאפניצעף , ך״ר פערל , פרייליך און קארענפעלד . צווישן אנדערע איז באשלאסן געווארן, אז בונדיסטן זאלן זיך נישט באטייליקן אין יודדראט" .

passage_9d0cb314bc305642bec6009b
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4865-5398

צו מאראלישער דערהויבנקייט האט ער זיך דערהויבן ביי זיין העל־ דישן טויט, ווען ביים דער לעצטער אויסזידלונג, 1943, האט ער זיך נישט געלאזט אריינשלעפן אין באן, אויסרופנדיק צו די דייטשע יונקערס, וואס האבן אנגעפירט מיט גירוש: "איר ברויגע בעסטיעס, איר האט דעם קריג סיי ווי פארשפילט! דעם קאמף קעגן שוצלאזע יידן וועט אייך גאר נישט העלפן. מיר וועלן אייך איבערלעבן!" א נאצישער תליין האט אים גלייך דערשאסן, אויסלעשנדיק זיין זויבערע נשמה. כבוד זיין אגדענק י מ. האמפע ל ♦ - 177

passage_411b892d7421a48e3e119480