Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 187
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1244

דוד זיטמאן * עבוירן אין טשעלאדזשי ביי בענדין אין 1898, ביי א באלעבאסישער 1■ סאפיליע. געלערנט אין חדר, ווו געשמט פאר א גוטן קאם. געבליבן קינדווייז א יתום פון פאטער, און צו 13 יאר געסוזט ארבעטן, כדי צו פארדינען אויף היונה. אלם זייענדיק 15 יאר פארט ער קיין לאדזש, געווען אן אנגעשטעלטער, דאן א לערער פון העברעאיש. געפרוווט זיך פארנעמען מיט מטהר. די ערשטע לידע פארעפענטלעכט צו 15 יאר אין א לאדזשער יידישער צייטונג, שפעטער זיך באטייליקט אין די זאמל־העפטן פון די ייגע דיכטער "יונג אידישע געזאנגען", "וועגעך", "ט׳פעלד" און אנדערע לאדזשער אויס־ גאבן. באטייליקט זיך אויך אין דוד איגנאטאור ס זאמל־ביכער "שריפטן". אין 1921 גיט ער ארויס א בוך לידער א. נ. "אויף ווייטקייטן קרייצנדע פאל איד". ליידנדיק הונגער און נויט ווערט ער שווער קראנק. זיך געוואלגערט איבער פארשידענע שפיטעלער, געשטארבן עלנט און איינזאם אין א שפיטאל אין ברעסלאו (1921). ד. ל. * דוד מיצמאכער * עגוירן 1904 נישט ווייט פון בענדין. אלם קינד קומט ער מיט די 1* עלטערן קיין בענדין, גייט אין חדר און שפעטער אין א רוסישער פאלקס־שול. הויבט יונג אן צו ארגעטן. פארט אריבער קיין ווארשע, ווו ער ווערט א האנדלם־אנגעשטעלטער אין א גרויס אייידגעשעפט.

passage_07c11eda35e544f4da0981c0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1246-2022

אין 1924 פארעפענטלעכט די ערשטע דערציילונגען און סקיצן אין "אילוסטרירטע וואך", שפעטער ארבעט ער מיט אין א ריי אויסגאבן פון יונגע שרייבער: "פאר גרוים און קליין", "דאם יידישע וואכענבלאט", ליטערארישע זאמעל־העפטך, ״שפראצונגעך. אין 1926 דערשיינט זיין בוך "שמאטע קלויבער", אין דעם זעלבן יאר באקומט ער א פרעמיע אין ליטע * רארישן קאנקורם פון אמעריקאנער "טאג". דוד מיצמאכער איז די לעצטע יארן געווען שטארק טעטיק אין יידישן ליטעראטן פאריין אין ווארשע. זיין הויז איז געווען א זאמלפונקט פון אלע יונגע שרייבערם. זייענדיק גוט סיטואירט עקאנאמיש, האט ער אונטער־* שטיצט ארעמע שרייבערס. פארעפענטלעכט א רייע סקיצן פת בענдинער טיפן אין דער "זאגלעמביער צייטונג". אומגעבראכט דורך די דייטשן. ד. ל . * יצחק רודאל ד

passage_e5ea94bd3f1f45c90b2ce31f
Passage 3normalized OCR · source chars 2024-2827

* עבוירן1884 אין בענדין. זיין פאטער הערש־שמעלקע האט זיו באמיט 1■ צו געבן איםא דערציונג וואט איז נישט געווען אנגענומען אין יענע צייטן. געגאנגען אין חדר ביז12 יאר, און גלייכצייטיק האט אים דער פאטער געלאזט לערגען בייא פריוואטן לערער פויליש און דייטש. ביי 16 יאר האט ער שוין געארבעט אין מעכאנישן ווארשטאט פון הער גאלד־ בערג, שפעטער ביי אפאטשינטקי, און אין די גרויטע שלאסער־ווארשטאטן פון הארטפאן אין סאטנאוויץ. אין1906 ווערט ער מאביליזירט אין רוטישן פיליטער. דריי יאר געפינט ער זיו אין קאווקאז. באפרייט פון מיליטער ווערט ערא מייטטער אין דער אייזן־פאבריק פון סאלאמאן גוטמן. אין 1914. אץ דער צייט פון דער ערשטער וועלטיקריג, איז רודאלער געפארן קיין דייטשלאנד כיי זיו צי קוואליפיצירן אלם שטאנצדטייטטער.

passage_12f861f47c5421a53cdb8da0
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2829-4116

ער ארבעט אין די גרויטע פאבריקען אין דיטעלדארף. קומענדיק צוריק, אין יאר 1917, עפנט ער אין בענדי ן אן אייגענעם שלאטער־ווארשטאט. דאן ווערט ער אויטגעוויילט אלס טעקרעטאר פון בענדינער האנטווערקער־פא־ ריין. פאר זיינע פארדינסטן אויפן געביט פון האנטווערקער־וועזן ווערט ער אין א יאר ארום — פרעזעם. ער איז אויך טעטיק אויפן געזעלשאפט־ לעכן געביט און פאליטישן לעבן פון דער שטאט. ווערט א קאמיטעט־מיט* גליד פץ דער וווילעטיקער געזעלשאפט "דאבראטשינאשץ׳יי, וואס האט א סו געארבעט פאר דער ארעמע באפעלקערונג. אין 1926 באזעצט זיוך רודאלער אין ווארשע. אויך דא ווערט ער באלד איינער פון די אקטיווסטע טוער, און נעמט א לעבהאפטיקן אנטייל אין האנטווערקער לעבן פון דער הויפט־שטאט, ווי אויך א מיטגליד פון צענטראלן האנטווערקער־קאמיטעט אין פוילן און פרעזעם פון יידישן מיי- יצחק רודאלער. סטער־צעו אין ווארשע. אין 1933 באקומט ער אן אויטצייכנונג פון דער פוילישער רעגירונג, א בראנזענעם קרייץ, פאר זיינע לייטטוגגען. אבער ער לאזט זיך נישט בארוישן פון זיינע טיטלען און אויטצייכנונגן. צוקו* קנדיק זיך צו דער דיטקרימינאציע־פאליטיק פון דער פוילישער רעגירונג קעגן יידן האט ער פארשטאנען, אז דער יידישער האנטווערקער האט נישט קיץ צוקונפט אין פוילן. אץ ער באשליסט צו פארלאזן פוילן.

passage_5a6b2df1b42383f3d0d32c5b
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4118-5051

נישט קוקענדיק דערויף װאָס ער האט פארנומען אן אנגעזעענעם ארט אין געזעלשאפטלעכן לעבן בכלל און האנטווערקער־־וועזן בפרט, באשליסט יצחק רודאלער צו פארלאזן זיין היים, זיינע חברים, זיינע אויסצייכנונגען און הויכע פאזיציעס, און אין יאר 1934 פארט ער קיין ארץ־ישראל. אויס דא ווערט ער א פיאנער, גרינדעט די ערשטע פאבריק פון פרימוטן "תובל" אין עכו. אין דער צייט ציט ער אתים פון דער ״בורטע״ אין ווארשע 20 יתומים, וועלכע ער האט אויסגעבילדעט און קוואליפיצירט אלס גוטע פאבר־ מענער! אין יאר 1937 ווערט די פאבריק אין עכו אונטערגעצונדט דורך אראבער, און ווידער הויבט רודאלער אן פון דאטניי, און עפנט אין תל־אביב א שלאָסערווארשטאט. באזונדערס איז ווערט אונטערצושטרייכן זיין ארבעט פארן "אירגון עולי בגדיך, דער 1־טער אין לאנד. רודאלער איז געווען פרעזעס פון אירגון ביזן יאר 1946, ווען ער איז געשטארבן און געקומען צו קבורה אין תל־אביב. ל. ד. * ־ 183 -

passage_b08da8388ba06cadd04dcafe