האבן אזוי לאנג געגראגן אונטער אים ביז ער איז אין יאנואר1944 ארעסטירט געווארן דורך געסטאפא— און געווארן אויפגעהאנגען. אין פעברואר1941 האבן די דייטשן פארטריבן אלע אשוויעב־ טשימער יידן, וועלכע זענען געווארן אריבערגעפירט צו אונז, קיין זאגלעמביע> אויר אלע פאליאקן זענען דערווייטערט געווארן פון גאנצן אשוויענטשימער קרייז. די דייטשן האבן שוין דאן געהאט צוגעגרייטא פלאן אויפצושטעלן די בארימטע גאז־אויוונם פון אויש־ וויץ—בירקענאו, ווו מיליאנען מענטשן זענען שפעטער אומגעקומען. אלע אשוויענטשימער פליטים זענען דאן אין פארלויף פון איין וואך צוטיילט געווארן אין יידישע הייזער פון בענדין—סאסנאוויץ, אזוי אז קיינער איז נישט געבליבן אןא דאך.
אין 1941 האבן די דייטשן אנגעהויבן צו באשווערן די באוועגונגס־מעגלעכקייטן פון דער יידישער באפעלקערונג. פון אנפאנג האבן זיי נישט דערלויבט יידן צו פארן אויף די באנען, נאר מיט די טראמווייען אויף וועלכע עס איז געווען אן אויפשריפט "נאר פאר יודן" 1 שפעטע ר איז דערלויבט געווארן יידן צו פארן נאר אויף דער פלאטפארם ביים אויסגאנג. צום סוף 1941 טארן מער שוין יידן אין גאנצן נישט פארן מיטן טראמוואי. כדי צו קענען דורכפירן די גזירות, באפעלן די דייטשן אין סעפטעמבער 1941, אז יעדער ייד אין עלטער פון 14 יאר אן, מוז ארויסנעמען א פאס מיט א בילד, און דערצו טראגן אויף דער ברוסט דעם מגן־דוד מיט דער אויפשריפט "יודע". אין דעצעמבער 1941 פארארדענען די דייטשן, אז דער יודנראט זאל צושטעלן אלע פוטערם וואס זענען אין יידישן באזיץ, און נישט קוקנדיק דערויף וואס עס האט געדראט טויט־שטראף, האט א גרויסער טייל פון דער יידישער באפעלקערונג פארקויפט פעלצן צו פאליאקן פאר גראשנס, פאדביענט, אדער באגראבן אין דער ערד, — זאל עס בעסער פארפוילט ווערן, איידער עס איבערגעבן די דייטשן. דער יודנראט אבער, וואס איז געווען פאראיגטערעסירט צו ווייזן די דייטשן זיין געטריישאפט, האט אפגעהיט, אז יידן זאלן נישט פארניכטן אדער פארקויפן צו פאליאקן די פוטערם, און וואס מער יידישע פעלצן זאלן צוגעשטעלט ווערן צו די דייטשן. דער ערשטער גירוש
אין מאי 1942 איז פארגעקומען דער ערשטער גירוש פון בענ־ דין. און פארגעקומען איז עס אזוי: דער יודנראט האט ארויסגעשיקט מעלדונגען צו א צאל יידן, אז אין דעם אויבן־דערמאנטן טערמין דארפן זיי זיך שטעלן אויף א געוויסן ארט מיט 10 קילא באגאזש, כדי זיי איבערצוזידלען אויף א צווייטן וווינארט. עס וועט קיינעם גארנישט געשען — האבן זיי פארזיכערט — ווייל די סעקרעטארין פון "דער צענטראלע פון יודנראט" פדו טשארנא וועט באגלייטן דעם טראנספארט. אז אלץ זאל זיין אין ארדנונג. טויזנט יידן האבן זיך דאן צוגעשטעלט, שטיל און רואיק. באגלייט דורך זייערע משפחה־ מיטלידער, זענען די יידן איבפרגעפירט געווארן אין די וואגאנען; צומיינסט זענען עס געווען עלטערע מענטשן. זעלבסטפארשטענדלעך, איז די פדו טשארנא נישט מיטגעפארן. וויפל מיר האבן זיך נישט באמיט (פאר געלד) געווויר ווערן ביי די דייטשן, אין וואס־פארא ריכטונג מ'האט געפירט די יידן, איז עס אונז נישט געלונגען.
דעמזעלבן מאנאט האב ן די דייטש ן פארלאנגט נאדא טראנם־ פארט יידן. אבער מ׳הא ט שוין מער נישט געגלויבט די מענטש ן פון יודנראט, און יידן באשליסן זיך נישט צו שטעלן פרייוויליק. דאן רופט מערי ן אויף א באראטונג אלע רבנים און דיינים, ווי אויך א צאל כלל־טוער פון בענדי ן און סאסנאוויץ, צווישן אנדערע די רבנים, ר׳ מעגדל לוי ן און הר ב גרויסמא ן פון בענדי ן און די רבנים פון סאסנאוויץ. אויף דער באראטונ ג האט זיר מערי ן געוועגדע ט צו די פארזאמלטע מיט פאלגענדיקע ווערטער: — ״רבותי! כ׳הא ב אייך איינגעלאדן היינט כדי איר זאלט פסקנען א גרויסע שאלה. אויף אייך, רבנים און כלל־טוער פ ץ דער שטא ט ליגט א גרויסע פאראנטווארטלעכקייט; און פון אייער ענטפער היינט אויף מיין שאלה, איז אפהענגיק דאם לעבן פון טויזנטער יידן. דעריבער גיט אייך א פא דין וחשבון, איידער איר ענטפערט אויף מיין פראגע. צו מיר אלס פרעזעס פון יודנראט פון גאנצן קרייז, האט דער יודענראט מיטן מעדיצינשן פערסאנאל. 1) מאניעק מעריו, 2) פאניה טשארנה, 3) חיי ם מאלטשאדסקי, 4) חיי ם מערין, 5) ד״רליגערמאן, 6) ד"ר וויינציהער 7) רעד. לעווקאוויטש. היודנראטעם הסג ל הרפואי. - 188 -