פאקן עפעס געשען. אבער חיים און מאניעק מערין, פרוי טשארנא און ד״ד לעווענשטיין, וועלכע האבן די לעצטע פיר יאר געשפילט אזא טרויעריקע ראלא אין לעבן פון זאגלעמביער יידנטום, זענען מער פון דער רייזע נישט צוריקגעקומען. זיי האבן דאס זייערע אפגעטוען... אויסגערויבט די יידישע פארמעגנס, געהאלפן אדורהפירן די גרושים, אויסגעליפערט די יוגנט אין די דייטשע ארבעטס־לאגערן. דער נעגער האט זיינעס געטון — אזוי האט די געסטאפא אפגעדינט די וועלכע האבן איר אזוי טריי געדינט. עם איז געווארן קלאר, אז אויך די דייטשן נויטיקן זיך שוין נישט אין זייערע נאענטסטע יידישע מיטארבעטער — א סימן אז מיר שטייען פאר די לעצטע טעג...
דעם 22 יוני 1943 זענען די דייטשן 5 פארטאג ווידער באפאלן דעם געטא, און אלע יידן צוזאמענגעשלעפט אויף איין זאמלפוגקט. אלע גאסן זענען פול מיט די ס. ס. לייט, וועלכע שלעפן די יידן פון די הייזער. דאן קומט דער גרעסטער פערברעכער, דער פאקטי־ שער פאראנטווארטליכער פארן אומברענגען דאס גאנצע זאגלעמ־ ביער יידנטום קאמיסאר דרייער. אנגעטון אין ווייסע הענטשקעס, א שטעקעלע אין האנט, מוז יעדער צוגיין צו אי* און ער טיילט די באפעלקערונג — איינעם רעכטס איינעם לינקס. די דייטשע פאליציי טרייבט אונטן — שנעל, שנעל. איינעם רעכטם, איינעם לינקס. א מאן רעכטס, די פרוי לינקס, א קינד רעכטס די עלטערן לינקס א. אז. וו. דאן ווערט די גרופע פון לינקס געטריבן שנעל צו דער באן, און גלייך אין די וואגאנען קיין אוישוויץ. פיר טויזנט יידן זענען דאן מיט דער אקציע פארשלעפט געווארן, נישט געבליבן קיין גאנצע משפחה נאד דעם גירוש. דא פעלט א פאטער. דארט א מאן, דא א זון, דארט א טאכטער. געבליבן קינדער אן עלטערן, עלטערן אן קינדער... אסך זענען דאן געשפרונגען פח צוג, אבער נאר אייג־ צעלנע איז געלונגען זיך צו ראטעווען און קומען צוריק אין געטא. דער גאנצער וועג פון אוישוויץ ביז בענדי איז געווען פארשפרייט מיט טויטע, וואס זענען געשפרונגען פון די לויפענדע צוגן. דער סוף
זעט זי ד אויס, אז די דייטשן האבן באשלאסן אפצומעקן יעדן סימן יידישקייט פון בענעדין, פון דער שטאט וועלכע איז אויפגעבויט געווארן דורך יידן. ווייל נישט בלויז די לעבעדיקע, נאר אויך די טויטע ווערן געשטערט אין זייער אייביקער רו... נאך אין 1941 ווערט דאס אלטע ביודהקברות אויפן זאוואלא אויסגעגלייכט דורך די דייטשן מיט דער גאס. איצט האבן זיי באשלאסן צו ליקווידירן אויך דעם גרויסן ביודהקברות ביי דער באן. דער יודנראט פועלט, אז מ׳זאל דערלויבן איבערפירן די ביינער אויף דעם טשעלאדזער בית־הקברות. א סך יידן קומען מיט קעסטעלעך, נעמען צענויף די ביינער פון זייערע קרובים אין פירן עם איבער אויפן טשעלאדזער בית־הקברות; אין שטאט הערשט דאן אפאטיע. קיינער קלערט נישט וועגן ארבעט, מ׳זוכט א וועג ווי צו לויפן, ווי זיד צו ראטעווען; אבער נישט געווען ווו צילויפן. ארומגע־ רינגלט דורך א פיינטלעכער וועלט און באפעלקערונג, געלינגט בלויז איינצעלנע יידן זיך אויסבאהאלטן ביי זייערע נאענטע קריסטלעכע באקאנטע. נישט האבענדיק קיין אנדערן אויסוועג הויבט די באפעלקערונג אן צו בויען בונקערס. נישט געווען קיין הויז אן א בונקער. ליידער האט עס זיך שפעטע ר ארויסגעוויזן פאר א שוואך געווער קעגן דער ענטגילטיקער אויסזידלונג.
דעם ערשטן אויגוסט 1943 האט זיך אפגעשפילט דער לעצטער אקט — די טאטאלע אויסזידלונג פון אלע בענדינער יידן. א זייגער צוויי ביי נאכט איז דער געטא ארומגערינגלט געווארן דורך גרויסע דייטשע מיליטער־־גרופן, און ווי נאר ס׳האט אנגעהויבן צו טאגן, זענען זיי מיט געשרייען און שיסערייען באפאלן די יידישע הייזער, טירן, פענסטער זענען מיט כח אויפגעבראכן געווארן און די יידן זענען ארויסגעטריבן געווארן פון די הייזער. מיט דינאמיט האט מען אויפגעריסן די בונקערס. די לעצטע בענדינער יידן זענען גע־ שלעפט געווארן צו די וואגאנען, אין די גאז־קאמערן פון אוישוויץ. אזוי איז אונטערגעגאנגען "ירושלים ד׳זאגלעמביע". צוליב מאנגעל אין דירוס אין געטא וווינט מען "דערווייל" אויפן גאם. מחמת המחסור בדירות בגיטו גרים "לעת עתה" ברחוב . - 192