Original scan
Original memorial-book scan 199
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-878

קליין געפעק, וויי ל דע ט גרעסט ן טיי ל האב ן מי ר איבערגעלאז ן אוי1! * אונזער וואנדער־וועג, או ן מי ר לאז ן זי ד מיט ן טראמווי י קיי ן שאפע ־ ניץ, או ן פו ן דאר ט ווייטע ר קיי ן בענדי ן — באקאנט ע וועגן, ניש ט איינמאל מי ט זי י געפארן. דער אוונ ט פאל ט צו, מי ר דערנענטער ן זי ך צ ו בענדין. דא ם האר ץ קלאפט פו ן אויפרעגונג. נא ד זיב ן יא ר וואנדער ן בי ן אי ך ווידע ר אי ן בענדין. דע ר טראמווי י אי ז פו ל געפאקט, אי ך זו ך א באקאנ ט פנים, א יידי ש פנים, ליידע ר ניש ט געפונען. פריילע ך זענע ן געוועןידי ז ארומיקע מענטשן. קיי ן איי ן פא ר יידיש ע אויגן. דאקעג ן זענע ן מי ר געווארן אבסערוויר ט דור ך ד י מיטפארער, דערקענ ט א ז מי ר זענע ן "פרעמדע׳/ מי ר זענע ן אי ן בענדי ן — ע ם גיס ט א רעגן. ד י טראם ־ וויי שויב ן זענע ן באדעק ט מי ט קייקעלע ך רעג ן וועלכ ע זע ן אוי ס ווי טרערן, יידיש ע טרער ן וועלכ ע נעמע ן מי ך אוי ף אי ן מיי ן חרו ב געווארענער שטאט...

passage_8112d4540d0121732c68f905
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 880-2018

מיר פארן דורך באקאנטע גאסן און שטייגן אויס אויפן קאלאנטאי גאס, וווּ עס געפינט זיך דאס רעפאטריאנטן־הויז. ב׳קוק מיך ארום: דאס איז בענדין? וואס פארא שטילקייט, מ׳זעט נישט קיין מענטש אין גאס, נישט קוקענדיק אויף דער פריער אוונט־שעה. ווער געדענקט נישט בענדין אמאל? ווי די גאסן האבן גערוישט פון יידן, א ליכטיקייט האט געשלאגן פון די שוי־פענסטער — און יעצט? וואס פארא ענדערונג זמיר גייען אריין אין טויער פון דוד זמיגראד׳ס הויז. באלד קומט צו א יונגערמאן און פרעגט מיד, צו איד בין ש. ל. — און זיך פארגעשטעלט אלס פארוואלטער פונעם רעפאטריאנטן־הויז. ער פירט אונז אריין אין באקאנטן "הנח" זאל. געמיינט צו טרעפן דארט עטליכע בענדינער, אבער ליידער קיין איין בענדינער. איך קוק זיך ארום אין דעם אזוי גוט באקאנטן לאקאל, צוויי קליינע עלעקטרישע לעמפלעך באלייכטן קוים דעם גרויסן זאל. אויפן ארט פון די טורן־מכשירים שטייען אויסגעשטעלט בעטלעך. עס האט מיך ארומגענומען א מרה־שחורה, איך און מיין סרוי און זון זענען דא די איינציקע בענדינער אינעם הויז. געמיינט, אז עס וועלן אונז אפווארטן בענדינער, צו האבן מיט וועמען זיך

passage_a52c89e1f5e497b2a54049c3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2020-3474

טוישן מיט ידיעות. און ע.ם., צעפינט זיך נישט אין שטאט קיין איינעם * פון אונזערע נאנטע. מיר האבן געגעסן אוונט־ברויט פון די רעשטלעך וואם זענען אונז געבליבן פון וועג. מיד פון די צוויי וואכן רייזע, בעת וועלכער מיר האבן נישט געהאט די מעגלעכקייט צו שלאפן אין א בעט, — זענען מיינע נאענטע גלייך איינגעשלאפן. ליגענדיק אויפן בעט, ארומקוקענדיק זיך איבערן זאל אין וועלכן ס׳ברענט א קליין לעמפעלע, — הויבן אן באווייזן זיך בילדער פון אמאליקע צייטן ווען אין דעם זאל האט געלעבט א יידישע יוגנט, וויפל פריידיקע מאמענטן האב איך אין דעם זאל מיטגעמאכט, וויפיל באנקעטן, בעלער, האב איך מיט חברים, פריינט, אין דעם זאל בייגעוווינט, וויפל טויזנטער יידישע לעבנס האבן אדורכשפאצירט אין דעם זאל. פאר מיינע אויגן מארשירן דורך טויזנטער יידישע ספארטלער פון אמאליקער "הכח״־יוגנט, ווי אויך פון עלטערן דור, וועלכע האבן אדורכגעמאכט ספארט־איבונגען אין דעם זאל, פרויען און מע־ נער, לאכענדיקע אויגן, עלאסטישע באוועגונגען — וויפיל פריידיק געלעכטער — א יידיש רוישיק לעבן פון א פאר צענדליק יארן מארשירט דורך פארביי מיינע אויגן... און יעצט )זענען מיר די איינציקע בענדינער אין זאל. ס׳ווילט זיך נישט גלויבן, אז פון דעם אלעם איז מער גארנישט געבליבן, אז דאס־דאזיקע יידישע לעבן עקזיסטירט נישט מער. ווי איז דאס מעגלעך, אז דאס יידישע בענדי זאל מיט איינמאל אויפהערן צו עקזיסטירן, ווו זענע די דרייסיק טויזנט בענדינען יידן?

passage_3f48fe388de5b600ee628e58
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3476-4145

איך הוי בזיך אויפן און עפנ דאס פענסטער. דער רעגן האט אויפגעהערט. איך גיב איר א פַארקלארן דין וחשבון, אז ליידער איז עם א טרויעריקער אמת, אז בענדי איז אומגעקומען דורך די היט־ לעריסטישע באנדיטן. דאס אמאליקע בענדי האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן. די נאכט ציט זיך לענגער ווי די גאנצע זיבן יאר גלות אין רוסלאנד. ס׳וויל גארנישט נעמען טאגן. מיינע ארומיקע שלאפן — פון צייט צו צייט הערט זיך א זיפץ. אפשר לעבן זיי אדורך אין שלאף דאס וואס איך אויפן דער וואך זדי געדאנקען לויפן כאאטיש. אט בין איך אויפן פליטים־וועג ווו ס׳פאלן די דייטשע באמבעס און דאס מעבל אויפן דער גאס. והרהיטים — ברחוב. ־ 195

passage_2577282f9d0aa35504f6a019