אזוי נאענט פון אונז: אט בין איך אין די ארכאנגעלטקער וועלדער אדער טאשקענט, בוכארא, — ס׳ווילט זיך שלאפן — אבער פון דער צווייטער זייט האב איך מורא פארן שלאף, נישט אדורכצולעבן דאס אלץ נאד אמאל. די נאכט איז שטוס און שווארץ, דויערט א אייביקייט, דער טאג וויל נישט אויפוואכן. איך הויב אן שפרייזן און ציילן די טריט, כדי אזוי אדום צו פארטרייבן די צייט ביז — ׳עגדלעך הויבט אן גרויען דער טאג. כ׳טו מיד שנעלאן, שטיל פארלאז איך דעם "הכח״זאל און גיי ארונטער אין גאט. וויפל מאל האב איך אט די קאלאנטאיא גאס געזען אין אזא פרימארגן! וויפל מאל האב איך געשפרייזט מיט חברים, פריינט אין די פרימארגן שעהן נאך א אווגט, אדער פון קלוב זש. ט. ק. וואט האט זיך געפונען טאקע דא גישט ווייט אין צווייטן הויז! דאן' האב איך געהאט א ציל, געגאנגען א היים זיך אויטרוען, און דאן צו דער טאג־טעגלעכער ארבעט. און איצט, וואט פאר־א ציל האב איך פאר מיר? דאס ערשטע מאל נאך זיבן יאר בין איך ווידער אויף די בענדינער גאסן. כ׳בלייב שטיין — ווו אהין גיין? אבער נישט וויסענדיק אפילו ווי אזוי, געפין איך זיך אויף סאנטשעווטקא גאס נומער 13, ווו מיינע עלטערן און געל שוויסטער האבן געוווינט. איך קוק ארויף צו מיין פאטערס וווינונג, אפשר וועט איך זען די ליבע געזיכטער?
איך גיי צו צום פענסטער פון מיין שוועסטערם וווינונג, איך קופרייז איבערן הויף רואיק — אזוי ווי ס׳וואלט גארנישט געשען, אזוי ווי אין די אמאליקע נוטע צייטן, ווען אין יעדן שטוב פונעם הויז האבן געוווינט היימישע מענטשן, משפחה, ברידער, האבן דאך דא געוווינט זינט 1912, ווען מיין פאטער האט דאם הויז געבויט, 20 יידישע משפחות, — און איצט? איך; זוך אויף דער לאקאטארן־טאווול אין טויער, — קיין איין באקאנטער נאמען, קיין איין ייד, בלויז קריסטן. איך פארלאז דאם הויז ווו כ׳האב א שטיק פון מיין לעבן פארביאכט, איך גיי ווייטער אין די שטילע פרימארגן שעהן. אין קורצן געפין איך זיך אויף דער מאלאכאווטקי גאט 36, ווו כ׳האב גע* וווינט די לעצטע דרייצן יאר און געפירט מיינע אונטערנעמונגען. ט׳האט זיך דארט גארנישט געענדערט, אויפן באלקאן פון מיין וווינונג — די זעלבע בלומען־קעסטלעך ווי פאר זיבן יאר. איך גיי־צו צו דער קליינער געביידע ווו ט׳האבן פארן קריג געארבעט און גערוישט 24 שעה אין מעת־לעת די מאשינען פון מיין פאבריק. א שטילקייט, ווי ס׳וואלט דארט קיינמאל קיין פאבריק גישט געווען. איך.שטיי פארן טיר פון ביורא, גיי ארונטער אין קעלער ווו ס׳זענען געווען די מאגאזינען. וואט האב איך דארט צו זוכן? האט מען מיר דאך געזאגט אין יידישן קאמיטעט, אז כ׳האב אין דעם הויז גארנישט צו זוכן. בין איך ארויס וואנדערן איבער דער "טויטן שטאט", ווי דוד ליווערט רופט אן בענדי אין זיין בוך. אדיין אין די הייזער פון מאלאבאווטקי 58, 52, 33, ווו ט׳האט געוווינט דער גרעסטער טייל פון מיין משפחה. קיינער נישט געבליבן — דאן האב איך פאר*
שטאנען, אז אין דער שטאט ווארעליד מער נישט קענען לעבן, און כ׳האב באשלאטן באזוכן דאם הויז וווּ ב׳בין געבוירן, וווּ מיינע עלטערן אץ געשוויטטער זענען געבוירן, אין דער רעזידענץ פץ דער משפחה ליוועד, אין הויז וווּ ס׳האט געלעבט מיין זיידע ראובן ז״ל אץ אויפגעשטעלט א גרויסע פארצווייגטע משפחה, אפשר די גרעסטע אין צאל אין בענדין, אין הויז אויף זאמקאווע 13. ׳איך קוק זיך ארום — אץ דערקען נישט דעם וועג. כ׳האב גע זוכט דעם הויז וווּ כ׳בין געבוירן געווארן, אלץ ארום איז אפגע ווישט פון אויבערפלאך, אלע הייזער ארום און די שול זענען אויס געגליכן מיט די ערד. פארברענט די הייזער צוזאמען מיט דער שול און דעם גרויסן בית המדרש, נישט געבליבן קיין צייכן פץ די אלע מיר אזוי ליבע קליינע געסלעך ארום דעם זיידנס הויז, וווּ איך האב מיינע שענסטע קינדער־יארן פארבראכט. אזוי בין איך גע שטאנען אויפן בארג ביים שלאם א לענגערע צייט און געקוקט אויף די חורבות פץ יידישן בענדין, אויף די חורבות פון א פאר הונדערט יאר בענדינער יידיש לעבן.
די זץ האט אויפגעשיינט — אבער מיר איז געווען פינצטער אין מוח, און טרויעריק אויפן הארצן. נישט א מע ר קיין צייכן פון פיר דורות בני־ליווער, א משפחה וואט האט פץ זי ד ארויטגעגעבן גע־ זעלשאפטלעכע טוער, פארטיי־פירער, חלוצים, דאזארעס, פרעזעסן פון דער קהלה, ראטמענער, משכילים, שארפע חסידים, חשובע גע* רער חסידים און ראדאמסקער טיש־זיצער, ווארט זאגערם אין רבנישע הויפן, סטודענטן, באנק בעאמטע, אנפירער פון קאפעראטיווע בענק, סוחרים, פאבריקאנטן, און וואט נישט? זיי אלע צוזאמען, מיט נאך טויזנטער בענדינער יידן, זענען מער נישטא, פארשלעפט אין די גאז־קאמערן פץ אוישוויץ. זייער א ש איז געווארן פארשפרייט אויף די פוילישע פעלדער — און קיינער פון זיי איז נישט געקומען צו קבורה. עט האט זי ד מיר אויסגעדאכט — אז אט שטיי איך אויף דעם גרויטן קבר, אז אט די חורבות זענען דאס גרויסע קבר פון אלע בענדינער יידן. און א קללה שוועבט דאן ארויף אויף מיינע ליפן — פארשאלטן זאלסטו ווערן בענדין, מיין שטאט, וואט כ׳האב אזוי ליב געהאט, פערשאלטן זאלסטו תעדן — אז קיין ייד זאל נוער דיין באדן נישט באטרעטן. דיין אויסזען וואל זיין אזוי — ווי איידער יידן האבן דיך אנגעהויבן בויען. אוועק פון דער דאזיקער ערד! אוועק פון דעם בית הקברות, ווו קיינער איז צ ו קבורה נישט געקומען — אוועק פון דער ״טויטן שטאט״! —
איך גיי צורי ק אי ן קאמיטעט. אי ן א פאר שעה אדו ם קומט מיי ן ברודער מי ד ארויסנעמע ן פ ץ בענדין. "מיר האב ן ניש ט ווא ט צו זוכן מע ר אי ן בענדין״ — זאג ט צ ו מי ר מיי ן ברודער. מי ר פארע ן קיין וואלדענבורג, וו ו מי ר האב ן זי ך געפונע ן דרי י חדשים, אבע ר קיין בענדי ן בי ן אי ך מע ר ניש ט געקומען. אזוי האב אי ך פארבראכט א נאכ ט אי ן טויט ן יידיש ן בענדין. - 196 -