ניטארע ארדנונ ג — א צופרידענשטעלענדע. דע ר "דזשאינט" דאגה׳ע ט אויף אל ע געביטן, גרינדנדי ק א קינדערהיים, זארגנדי ק פא ר מעדי־ צינישע זזיל ף א. אז. וו. דע ר "דזשאינט" דירעקטא ר ג י ט ע ר מ א ן (אומגעקומען אי ן ווארשאווע ר געטא, ד י רעד.) הא ט אויסגעדריק ט אנערקענונג מחמ ת דעם, ווא ט בענדי ן הא ט ארויסגעוויז ן אז א פאר־ שטענדניש אויפ׳ ן געבי ט פו ן לינדער ן ד י לייד ן פו ן ד י פאריאגט ע פליטים. כ׳בי ן געוואר ן צוקאאפטיר ט צ ו דע ר ווירטשאפטלעכע ר אפ־ טיילונג, ווא ט הא ט געפאדער ט פי ל ארבעט, וו י למשל, צ ו פארשאפ ן פארשידענע פראדוקט ן או ן אנדער ע קעגנשטאנד ן או ן זי י פונאנדער־ טיילן אי ן פאלקס־קיך, קינדער־היי ם או ן צוויש ן פריוואט ע מענטשן. "פון בענדי ן אי ז אהע ר אנגעקומע ן א ספעציעלע ר אויט א מי ט די געזאמעלט ע זאכ ן או ן מעדיקאמענטן. אוי ך א גרופ ע פו ן אונזער ע דאקטוירים או ן סטודענטן־מעדיקע ר מיט׳ ן ד״ ר טיי ב נ ע ר אי ן דער שפי ץ אי ז געקומע ן אהער, צוטרעטנדי ק תיכ ף צ ו זוכ ן ערגעץ־וו ו א מקום־מקלט. יעדע ר פאסאזשיר, פארלאזענדי ק ד י שטאט, ווער ט לעגיטימירט, צ י ע ר אי ז ניש ט קיי ן פליכטלינג".
דער יידישער צבור אין פוילן האט ארויסגעוויזן א גרויסן איג־ טערעס לטובת די פארטריבענע יידן, אויך אין פאליטישן און גע־ זעלשאפטלעכן פארנעם, און געפאדערט פון דער פוילישער רעגי־ רונג, אז זי זאל איבערנעמען אויף זיך איינצוארדענען און אויס־ האלטן די אלע יידן, וועלכע זענען פארטריבן געווארן אלס פוילי־ שע בירגער. קיין זבאנשין קומען אן דער סייבדדעפוטאט ל. מינצבערג און דער פרעזעס פון דער קראקאווער קהלה ד״ר ל א נ ד ו י מיט א גרופע דאקטוירים, טוישנדיק די בענדינער מעדיקער. קיין בענדי קומען אן א טויזנט נפשות פון די פליטים, פאר וועלכע די שטאט האט ארויסגעוויזן א סך הארציקייט און ווארעמ־ קייט. פיל פליטים ווערן איינגעארדנט אויף ארבעט אין זייער בא־ רוף, אנדערע באקומען מאטעריעלע הילף ) צו דערמעגלעכן א זעלבסט־ שטענדיקן קיום און פרנסה. די געזעלשאפט "ארט" פארלייגט קורסן. פון צושניידעריי, קינדער אין שול־עלטער ווערן באזארגט מיט שול־ בילדונג, אזוי אז אונזער הילף פארצווייגט זיך אויף אלע געביטן. אין ווארשע קומט פאר א לאנדעס־־צוזאמענפאר אונטערן פאר־
זיץ פון ראבינער פראפעסאר משה שאר, געווידמעט דעם פליטים* פראבלעם. די שליחים פון בענדי ן — • פריילעד און דער שרייבער פון די שורות, האבן געפאדערט אויפן קאנפערענץ, אז די הילף פאר די פליטים זאל איינגעריכטעט ווערן אויף א פראדוקטיוון און קאנסטרוקטיוון אופן און וואס שנעלער, פארזארגנדיק זיי מיט ארבעט אין פאבריק ן און אין ווארשטאטן און מיט האנטווערקער־ שולן — פאר דער יוגנט. פרילינגס־צייט, 1939, באווייזן זיך אין בענדי ן נייע פליטים פון סלאוואקיע, נאד דער באזעצונג פון היטלערן, ימ״ח שמו וזכרו. אונזער קאמיטעט איז געווען טעטיק זייער פאזיטיוו ביז צום אויד ברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואס האט אונז אלע פאר־ וואנדעלט אין פליטים און מתים. ב׳קען נישט פארענדיקן דעם ארטיקל, נישט ווידמענדיק אייני־ קע שורות דעם הייליקן אנדענק פון דער אומגעבראכטער עדה־יידן פון בענדי ן און מיינע חברים, מיט וועלכע ב׳הא ב געארבעט אינם פליטים־קאמיטעט. נישטא מער אונזער שטאט מיט איר ברויזנדיקן אימפולסיוון כאראקטער אויף אלע יידישע געזעלשאפטלעכע געביטן, די שטאט וואס האט רעאגירט אויף אלע אומגערעכטיקייטן און עוולות, די שטאט מיט אירע רבנים, לומדים און וועלטלעכער יידישער קולטור, די שטאט מיט אירע ברייט־הארציקע נדבנים און גוטהארציקע מענטשן.
זאלן דערמאנט ווערן אין יזכור־בוך פון בענדין די טייערע נעמען פון דער איידעלער און מיטן גאנצן הארצן איבערגעגעבענער טוערין פרוי פאראדיסטאל, פת די ערלעכע עסקנים יצחק וי גאדזק י, מארקוס גערטנער, בנימין גרויבארד, ישראל פריילעך עליהם השלום, וועלכע האבן נישט נאר געהאלפן צו לינדערן די נויט פון די פארטריבענע ברידער פון בעסטיאליש־ היטלערישן דייטשלאנד, נאר זיי האבן מיט זיי פשוט מיטגעליטן פיזיש און גייסטיק, און ווי פארויסגעזען דעם אייגענעם ביטערן גורל און טראגישן סוף... כבוד דעם אנדענק פון די צענטליקער־טויזנטער בענדינער מאר־ טירער און קדושים! נישטא קיין ארט פאר מעבל אין די געטא־הייזער... אין מקום לרהיטים בבתי הגיטו... -211