Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 34
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1289

אוגוסט 1914. אלס סאניטאר־קאפראל און אלס אנפירער פון א סאניטאר־פאטראל האט ער אנטייל גענומען אין אלע שלאכטן, ווו ער האט מיט געוואלטיקער מסירת נפש זיך פארנומען מיט די פאר־ ווונדעטע לעגיאנערן. בעת א שטארקער שיסעריי האט ער, איינ־ שטעלנדיק זיין לעבן, ארויסגעראטעוועט דעם שווער־פארווונדעטן קאפיטאן האלער פון דער ערשטער פייער־ליניע. ווען ער איז שוין אליין געווען פארווונדן האט ער ווייטער געטון זיין פליכט ביז ער איז געפאלן אויפן שלאכט־פעלד אין 1919. אדאנק דער אינטערווענץ פון גענעראל רידז־שמיגליי איז יונגער * מאן דעקארירט געווארן מיט דער העכסטער מיליטערישער אויס * צייכענונג "ווירטוטי מיליטארי". שמואל שווייצער איז אריינגעטרעטן אין די לעגיאנען אלס 17 יעריקער שילער און האט אנטייל גענומען אין א' ריי שלאכטן. ער האט זיך אפגעזאגט צו שווער טרייהייט די דייטשן און איז צוליב דעם אינטערגירט געווארן אין שטשיפיארנע, ווו ער האט אדורכ־ געמאכט א שווערע קראגקהייט. שווייצער איז געשטארבן דעם 25־טן אפריל 1922 און איז אויסגעצייכנט געווארן מיטן קרייץ פון דער ערשטער בריגאדע פאר טרייער דינסט. דוד מאנעטא, א סעקציע פירער אין דער פינפטער קאמפאניע פון ערשטן פולק. ער האט אנטייל גענומען אין פארשידענע שלאכטן און איז אומגעקומען אין 10־טן יולי 1916 הינטער אפאטווו.

passage_b8b703017f8458c103dc838c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1291-1907

שמעון באזשיקאווסקי איז אריינגעטרעטן אין די לעגיאנען דעם 20*טן דעצעמבער 1914. ער האט זיך באטייליקט אין א ריי שלאכטן און איז פארוווּנדעט געווארן אין 1915 אויפן בעסאראבישן פראנט. בערנארד אנדזלאוויטש איז געווען אין די לעגיאנען זייט 1914, האט אנטייל גענומען אין א ריי שלאכטן און איז פארוווּנדעט געווארן אין 1915 אויפן בעסאראבישן פראנט. סענדער גוטמאן איז געווען אין די לעגיאנען זייט 1915, האט מיטגעמאכט אייגיקע שלאכטן און איז שפעטער געשטארבן פון דער ־ שעפונג. צוליב דער מיטגעמאכטער שווערער קריג־קאמפאניע. ןןן/\ גןןנדינ?ןר לענעניע ס 1. דער ריטער בענדא.

passage_396033bd2c3b22d353e5654c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1909-3190

אין די צייטן פון באלעק כראברי האט געלעבט א ריטער איבער אלע ריטערס מיטן נאמען בענדא. ער איז געווען אן אומצעשיידבארער חבר פון קעניג׳ אין אלע זיינע קריגצוגן׳ וועלכע ער האט אונטער־ גענומען, מיטן צוועק צו פארייניקן די סלאווישע שבטים אונטער זיין סצעפטער. פאר אפפערפולן און געטרייען דינסט האט דער ריטער באקומען פון קעניג אלם מתנה א גרויס שטיק פונם ווילדן וואלד, ארום דער שווארצער פשעמשע, צוזאמען מיט אייניקע ישובים, וועלכע זענען געווען פונאנדערגעווארפן דא און דארט, אין דער פוסטער וואלד־שטילקייט. ווען דער ריטער איז געקומען איבערנעמען די מתנה, האט ער לאנג געזוכט א פלאץ, ווו ער וואלט געקאנעט פאר זיך אויפשטעלן א זיץ־ארט. מיט אמאל האט ער זיך פלוצלינג ארוטד געזען, אז ער געפינט זיך אונטערן בענדינער־בארג. באמערקנדיק ארום זיך אסך פעלזן, וואס האבן ארויסגעשטייגט ווייט איבער די ארומיקע וועלדער, האט ער באשלאסן אויפצושטעלן צווישן זיי פאר זיך א הויף. דעם באשלוס האט ער אין קורצו פארוואגלט אין א טאט. נישט דיספאנירנדיק מיט א גענוגנדיקער צאל מענטשן, וואס איז אים נויטיק געווען כדי אויפצושטעלן דעם שלאם, האט ער פונאנדער־ געשיקט איבער דעם וואלד דינער׳ מיט א באפעל, אז זיי זאלן — פיט גוטן אדער בייטץ — צוזאמענטרייבן די באפעלקערונג פון די

passage_f6f61be0d49209760a016fff
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3192-4487

ישובים הינטערן בארג. ווען דאס איז געשען, האט ער באפוילן די צוזאמענגעטריבענע אויסצוהאקן די ביימער און צעשפאלטן די פעלזן. דערנאך האט ער זיי געצווונגען — אונטער זיין אייגענער השגחה — אויפצובויען א באפעסטיקטן־שלאס. ווען נאך שווערער און לאנגער מי האבן זיי די ארבעט געענדיקט, האט ער די מחנה פונאנדערגעלאזט, נישט געבנדיק זיי דעם מינדעסטן לוין. דאס איז געווען די ערשטע עוולה, וואס דער ריטער איז באגאנגען לגבי יענע, וועלכע האבן זיך נאך מיט א קורסער צייט צוריק געפילט אלס פרייע מענטשן אין גרויסן ווילדן וואלד. און שפעטער זענען שוין כסדר געקומען וואם אמאל גרעסערע און שווערערע עוולות. דאס פאלק, קרעכצנדיק אונטערן יאך פון האר מיט זיינע דינער, האט פארשאלטן יענע מינוט, וואס האט זיי פון פרייע מענטשן פארוואנדלט אין שקלאפן. דער אלטער בית עלמין אויף דער זאוואלער גאס בית עלמין הישן ברחוב זאואלד, דאס האט אזוי לאנג געדויערט ביז דאס מעסטל איז איבערפולט געווארן. מיט גאטס ווילן איז אויפן אכזר און פאלקס־פייניקער געפאלן א גרויס אומגליק. אין א געוויסן טאג האט ער פארלירט זיין ווייב מיט אלע קינדער, וועלכע זענען צעשמעטערט געווארן דורך א שטיק אראפגעפאלענעם פעלז. נאך דעם פארפאל איז דער חרטהפולער אכזר פארשווונדן געווארן פון שלאָם אויף אייביקע צייטן.

passage_0f62c86c7e41e3b032638420
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4489-5452

פון דעם דאזיקן בענדא — לויט ס׳דערציילט די לעגענדע — האט דער שלאם, ווי אויך די שטאט, באקומען דעם נאמען בענדין, וואם האט זיך שפעטע ר פארוואנדלט אויפן בענדזין. 2. די נסיעה פון קעניג קאזשימיעזש. . א צווייטע לעגענדע דערציילט, אז ווען דער קעניג קאזשימיעזש דער גרויסער מיט זיין סוויטע איז אמאל געפארן קיין ברעסלע, האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דער היגער געגנט. דעם קעניגס באאמטע זעענדיק, אז ס׳וועט זיין ווייניק וווינונגען פארן קעניג מיט זיינע הויפלייט, האבן אים געראטן צו טוישן דאס אפרו־ארט . אויף דעם האט דער קעניג געענטפערט : "מ יסטאטש בעדנזשעם טאם אלבא טאם, יאקט ו מיעיסצא מאל א בענדזשע — טוניעך סטאניע טשעלאדזש" (אויב ס׳איז פאראן ווייניק פלאץ וועלן מיר זיך אוועקשטעלן ווו ס׳זאל נישט זיין ׳דא אבער זאל בלייבן שטיין די דינערשאפט) . דעם קעניגס ווערטע ר זענען אויפגעכאפט געווארן, און דערפון זענען אנטשטאנען די נעמען: בענדין, מאלאבאנדז און טשעלאדזש . 30 -

passage_ad4e3c49c1d7e5740522f23f