Original scan
Original memorial-book scan 38
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-839

ד״ר עמנואל ריעעלבלן ם | / ייד ן בארגבוי־ארבעטש־אין זאגלענזביע איינע פון די אנאמאליעס פון יידישן עקאנאמישן לעבן איז דאס די אייגנארטיקייט פון דער יידישער ארבעטערשאפט. אומזיסט וועט מען זוכן אין די קאפיטאליסטישע לענדער יידן אלס ארבעטער אין דער גרויס־אינדוסטריע, אין בארגבוי א״א. די דאזיקע דערשיינונג, וואס יידישע ארבעטער זענען קאנצענטרירט אין געוויסע צווייגן דער רו ב פון דער קליינאינדוסטריע, האט שוין פעסטגעשטעלט באראכאוו. מיט וואס דערקלערט זיך די דאזיקע דערשיינונג? מיר וועלן נישט איצט באטראכטן די פראגע, ווייל דאס איז א טעמע פאר זיך, וועלכע איז שוין איבריקנס באלויכט געווארן דורך א ריי עקאנאמיסטן. איינע פון די סיבות, די גאנץ פשוטע רעכטלעכע באגרענצונגען, וויל איך דא אילוסטרירן מיט א ביישפיל פון זאגלעמביע. דאס פאדוואלע געסל סימטת פודואל ה

passage_5a279fde8790f663026c83a6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 841-2099

אין יאר 1824 איז די פארוואלטונג איבערן בארגבוי מאס האט זיך געפונען אין דעם געוועזענעם קאנגרעס־פוילן, אריבער אין די הענט פונעם בארימטן פינאנס־מיניסטער, פירשט לובעצקי. דער דאזיקער מיניסטער׳ ווילנדיק זיך באקענען מיטן מצב פונעם פוילישן בארגבוי, מיט זיינע באדערפענישן און נויטן׳ האט זיך גלייך געלאזט אין וועג. אומעטום ווו ער איז געקומען האט ער אפגעהאלטן א בארא־סונג מיט די אינזשיניערן און די פארוואלטער. צווישן די פארשידענע פראגן׳ אויף וועלכע ער האט זיך אנגעשטויסן׳ איז אויך געווען די פראגע פון יידישע ארבעטער אין פוילישן בארגבוי. עס איז א באקאנטע זאך, אז די נאפאלעאנישע מלחמות האבן חרוב געמאכט דאס ווארשאווער פירשטנטום, מאם דער גרעסטער טייל פון אים איז דאן אריבער צו רוסלאנד אלס קאנגרעס־פוילן. די יידישע מאסע זענען שטארק רואינירט געווארן צוליב די מלחמות׳ שטייערן און קאנטריבוציעם פון די קעמפנדיקע חיילות. די ארימע פארהונגערטע מאסן האבן געזוכט אן אויסוועג אויף פארשידענע אופנים. מען האט זיך געריסן צו לאנדווירטשאפט׳ הגם עס האבן געפעלט טראדיציעס אויף דעם געביט, אנדערע האבן זיך געריסן צו דער ארבעט אין דער דעמאלט זיך אנטוויקלנדיקער בארגבוי־אינדוסטריע. אין דער דאזיקער אינדוסטריע האט דעמאלט געפעלט ארבעטער־

passage_1d91c8ff0a04f2a5b3fd8a45
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2101-3368

כוחות. מען האט געמוזט אראפברענגען פון אויסלאנד קוואליפיצירטע פאכלייט און גלייכצייטיק אויפן ארט אויסבילדן ארבעטס־קרעפטן. ווי געזאגט, האבן זיך ארימע יידן פון זאגלעמביע, דער עיקר פון בענדין, געריסן צו דער ארבעט אין בארגבוי, און אומעטום ווו דער מיניסטער פירשט לובעצקי איז געקומען האט מען אים געפרעגט ווי אזוי מען דארף האנדלען אין דער פראגע. אט וואס מיר לייענען אין דעם בוך פון דער באקאנטער פארשערין פראפ. נאטאליא גאנשיאראווסקאַ אין איר בוך מעגן "בארגבוים און הוטעם אין קאנגרעס־פוילן איוד יאה 1815—30״. "מאם שייך דער פראגע פון יידישע ארבעטער האט מען (דעם מיניסטער) אויפמערקזאם געמאכט, אז א באדייטנדיקע צאל ארימע יידן זוכן באשעפטיקונג אין בארגבוי. צוליבן מאנגל אין ארבעטס־ הענט האט מען באשלאסן זיי צוצולאזן צו די בארגבוים ארבעטן מיט דעם באדינג, אז זיי דארפן באנוצט מערן אלס טאג ארבעטער — אבער נישט אלס סטאבילע ארבעטער מיט א מאכן שכירות — אלס בארגבוי־ארבעטער אדער אלס הוטניקעס". אויך אויף אנדערע ערטער אינעם בוך לייענען מיר מעגן באמיונגען פון בענדינער יידן אריינצודרינגען אין בארגבוי. אט למשל דערוויסן מיר זיך, אז די בענדינער ארימעלייט זוכן ארבעט אין דעם קו׳־לנגרובן קסאווערי, וועלכער איז דעמאלט אויפגעבויט געווארן.

passage_9323d5c5bd8b6d44b39277b3
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3370-4143

ביי אן אנדערן צוזאמענטרעף מיטן פירשט לובעצקי׳ האט ער אנגעוויזן, אז "מען מאלט געקאן די ארימע יידן באנוצן צום באדינען די קוילנגדובנס און דערמיט מאלט מען אסך ארבעטער געווינען צו די אייגנטלעכע ארבעטן אין די בארגבוי־גרובנס און הוטעם". דער באשלום אין דער פראגע האט געלויטעט ווי פריער׳ אז יידן קענען אנגענומען מערן בלויז אלם טאג־ארבעטער. ווי אזוי עס האט זיך דער ענין ווייטער אנטוויקלט איז נישט באוווסט. צי זענען טאקע יידישע ארבעטער געווען באשעפטיקט אלם גרובן־ארבעטער אין זאגלעמביע אדער די אלע באשלוסן זענען געבליבן אויפן פאפיר איז מיר נישט באקאנט. זקנים פון בענדער וואלטן עפעס געקאן זאגן אין דער פראגע. אויך זענען נויטיק ווייטערדיקע פארשונגען איבער דער זייער אינטערסאנטער פראגע.

passage_229fea2544e37710736f9cb1
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4145-5077

דער ביישפיל בענדין׳ ווו מען האט די יידישע ארימקייט אוועק־ געשטעלט אין ערגער באדינגונגען ווי די קריסטן׳ פאר מעלכע מען האט געבויט ספעציעלע דירות און באמיט זיך מיט אנדערע מיטלען, ווי שכירות א״א׳ צו שאפן פאר זיי גוטע ארבעטם־באדינגונגען, איז א בולט אילוסטראציע דערצו׳ מאס פארא חורבנות עם האט אנגעטון אין יידישן לעבן דער עקאנאמישער אנטיסעמיטיזם. די פארקריפלונג פון דער עקאנאמישער סטרוקטור פון דער יידישער באפעלקערונג איז א פועל־יוצא, צווישן אנדערן׳ אויך פון דעם עקאנאמישן אנטי־ סעמיטיזם׳ וואס האט אין יענע צייטן געבושעוועט און בושעוועט אויך היינט. באמערקונג פון דמו־רעדאקציע. לויט ווי מיר האבן דעם ענין ווייטער אויסגעפארשט, טרעפט מען אין יענע צייטן זעלטן יידישע בארגבוי־ארבעטער. ס׳ווייזט אויס, אז טראץ דער באמיונג פון בענדינער ארימע יידן צו באקומען ארבעט אין די זאגלעמביער קוילנגרובן, און טראץ דער רעקאמענדאציע פון 34 -

passage_e094f92ac289e08279042b7a