סיניסטער לובעצקי זי י צוצולאזן אלטאג־ארבעטער — האב ן 1 י לאקאלע מאסגעבנדיקע ספערן אלץ געטון, כדי צונישט צו מאכן דעם דראנג פון זאגלעמביער יידן אין דער בארגבוי־אינדוסטריע. די סיבה דערפון איז — ווי ס׳ווייזט ריכטיק אן ד״ר רינגעלבלום — דער עקאנאמישער אנטיסעמיטיזם. מיט אן ערך 60 יאר צוריק טרעפט מען אבער אין בענדי ן פיק־ טיווע יידישע קוילנגרעבער. דאס זענען געווען יידישע יינגעלייט, מייסטנס בעלי־מלאכות, וועלכע האבן זיך געברויכט צו שטעלן צום פריזיוו. אזוי ווי ס׳האט דעמאלט עקזיסטירט א געזעץ, לויט וועלכן קוילנגרעבער זענען פטור געווען פון מיליטער דינסט, האבן זיך יידישע יינגעלייט פארשריבן אלם קוילנגרעבער אין די זאגלעמביער גרובן, וווּ זיי האבן 3 מאל וואכנטלעך געארבעט. דאסמאל האבן די גרובן־אייגנטימער שוין יא באוויליקט צוצולאזן יידישע ארבעטער, ווייל זיי האבן געארבעט אומזיסט, אבי נישט צו דינען.
ווען מ׳נעמט אין באטראכט, אז אין יענע צייטן האבן יידישע יינגעלייט פון 21 יאר שוין לאנג געהאט חתונה געהאט און מאנכעס־ מאל אפילו שוין געווען טאטע׳ס פון עטליכע קינדער, און אחוץ דעם, דער פאקט, וואס די צארישע רעגירונג האט מוראדיק גערודפט יידן, פאר זיי באשטימט אויסנאם־געזעצן און אראנזשירט פאגראמען — איז נישט קיין ווונדער, וואס יידן האבן אויסגעמיטן צו דינען זייער "באשיצער", דעם "צאר באטיושקא". אייניקע הונדערט יידישע קוילנגרעבער טרעפט מען אין יאר 1912 אין די אויבערשלעזישע קוילנגרובנס. גענויערע פרטים וועגן דעם ווערן מיר געווויר פו ן א קארעספאנדענץ צווישן דעם קאטא־ וויצער ציוניסטישן עסק ן ארנאלד ווינער און דעם בענדינער — דעמאלט נאד יינגן ציוניסטישן טוער א. ק. ליווער. אין א בריוו(געשריבן אין דער דייטשער שפראך), דאטירט דעם 19־טן סעפטעמבער 1912, שרייבט ווינער צו ליווער פאלגנדיקעם: "אויף אייער שרייבן פון 17־טן ד. ח. בין איך אייך מודיע, אז כ׳וויל אייך ענטפערן אויף אייערע פראגן אין שייכות מיט דער באשעפטיקונג פון יידישע בארגבוי־ארבעטער".
"כדי צו שאפן ארבעט פאר יידישע ארבעטער פון מזרח, - וועלכע זענען אן באשעפטיקונג, האט זיך ביי דער קאטאוויצער סינאגאגע־ געמיינדע געשאפן א קאמיטעט, וועלכער האט זיך געשטעלט אין קאנטאקט, סיי מיט די קוילנגרובן־אייגנטימער און סיי מיט די יידישע קהלות אין רוסיש־פוילן און גאליציע, כדי אויף אזא אופן צו שאפן באשעפטיקונג פאר א פאר הונדערט נויטבאדערפטיקע". ״דער מינדסטער טאג־לוין האט באטראפן 2,80 מארק. דער דאזיקער לוין איז געווען באשטימט פאר יענע, וועלכע מען האט ערשט געמוזט אויסלערנען ארבעטן. נאך 14 טעג איז דער ארבעטלוין דורכשניטלעך געשטיגן ביז 3.50 מארק און נאך 4 וואכן האבן א סך ארבעטער אפילו דערגרייכט א לוין פון 5 מארק טעגלעך". "במשך פון דער גאנצער צייט זענען געווען באשעפטיקט אן ערך פון 300 ארבעטער" "צום סוף בין איך אייך נאך מודיע, אז די גאנצע אונטערנעמונג איז אין א געפאר ליקווידירט צו ווערן, ווייל די פרייסישע רעגירונג וויל נישט צולאזן, אז אויסלענדישע יידן זאלן זיין סטאביל באשעפטיקט אויפן שטח פון דער פרייסישער מלוכה".
עם זענע ן אונטערגענומען געוואָרן שריט ביים אינערן מיניס־ טעריום אין בערלין, כדי צו באקומען א דערלויבעניש אויף א ווייטער־ דיקער באשעפטיקונג פאר די יידישע ארבעטער. ס׳איז אבער א גרויסער ספק׳, אויב די באמיונגען וועלן געקרוינט ווערן מיט דערפאלג. די אין די קוילנגרובן באשעפטיקטע יידישע ארבעטער זענען שוין אין אנפאנג פון דער וואך געצווונגען געווארן דורך דער פאליציי צוריקצוקערן צו זייערע היימען". מ׳דארף נאך צוגעבן, אז צווישן די 300 ארבעטער האבן זיך געפונען אן ערך 50 פון בענדי און פון דער אומגעגנט. ווי מען זעט איז אויך אין די אויבערשלעזישע גרובנם געווען די סיבה דער עקאנאמישער אנטיסעמיטיזם. אנדערשמאל נישט מצד א פראגמענט פונעם ריבנע געסל (דאס יאטקע געסל) מדאה בקרן סימת ריבנא (סימת האיטליזים) די גרובן־אייגנטימער, נאר מצד די פרייסישע רעגירונגס־ספערן. מ׳האט די יידן נישט גערודפט אלס אויסלענדע נאר אלס יידן, ווייל א פאקט איז, דאס הונדערטער קריסטלעכע ארבעטער פון פוילן און גאליציע האבן אן שום שטערונג סטאביל געארבעט אין די אויבער־ שלעזישע קוילנגרובנס. אן אויסנאם האבן די דייטשן געמאכט בעת דער וועלט־מלחמה,
ווען ס׳האט זי י אויסגעפעל ט ארבעטם־הענ ט צולי ב דעם , ווא ם כמע ט אלע יינג ע מענע ר זענע ן געווע ן אוי ף ד י שלאכ ט פעלדער . אזו י טרעפ ט מען אי ן יענ ע צייט ן אייניק ע הונדער ט יידיש ע ארבעטע ר פו ן זאג ־ לעמביע וועלכ ע זענע ן באשעפטיק ט אי ן דע ר אויבערשלעזישער , או ן טיילווייז אוי ך אי ו דע ר זאגלעמביע ר בארגבוי־אינדוסטריע . ביים היינטיק ן טא ג זענע ן אי ן דע ר דאזיקע ר אינדוסטרי ע כמע ט נישט בנמצ א קיי ן יידן .