געקומען אין די דרייסיקער יארן, פארן אויסברוך פון דער מלחמה און די אנדערע — אין די יארן 45—1950. די בענדינער זענען דא איינגעארדנט אין מסחר, אינדוסטרי, האנטווערק און פרייע פראפעסיעם. די בענדינער אין מעלבורן האבן געגרינדעט, צוזאמען מיט די סאסנאוויצער, דאמבראווער און אנדערע זאגלעמביער געוועזענע תושבים, א געמיינזאמען לאנדסמאנשאפט־פארבאנד, וועלכער ציילט 300 מיטגלידער. אין סידני געהערן אן די געוועזענע בענדינער צום אלגעמיינעם פאריין פון פוילישע יידן אין וועלכן ס׳זענען אנגעשלאסן אלע פוילישע לאנדסמאנשאפטן. די ארבעט פון "זאגלעמביער לאנדסמאנשאפט" איז באזירט אויף ערטיילן מאטעריעלע און מאראלישע הילף אין נויט־פאלן, אייב־ ארדענען יערלעכע אזכרות נאד אונזער אומגעבראכטער אלטער היים! גאנץ אפט קומען מיר זיך צונויף אויף אוי-אויף פארוויילונגס־ און קולטורעל־ליטערארישע אוונטן. מיר פירן דורך פארשידענע געלד־אפעלן פאר מדינת־ישראל, ווו ס׳געפינען זיך אונזערע קרובים, פריינד און חברים. ווען עס קומט אמאל צו אונז אויף א באזוך א בענדינער לאנדסמאן פון ישראל, פרייען מיר זיך מיט אים גאר שטארק און מיר לעכצן צו הערן פון אים גוטע נייעם פון דער יידישער מדינה.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1166
passage_2c23d2afe034a5daeeaeebd7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1168-1827
מיר גריסן הארצי ק אונזערע בענדינער ברידער און שוועסטער אין ישראל אויפן די שפאלטן פון "פנקס בענדיך, וואם מיד וועלן פארשפרייטן צווישן אלע בענדינער אין אויסטראליע. די שרייבערין פון די שורות, אן אקטיווע מיטגלידערין פון ארטיקן זאגלעמביער לאנדסמאנשאפט־פארבאנד, דריקט אויס דעם ווונש צו שטיין אין שטענדיקן קאנטאקט מיטן "ארגון יוצאי בענדי ך זאגלעמביע" אין ישראל אץ מיט אונזערע לאנדסמאנשאפטן אין אנדערע לענדער, כדי צו דערהאלטן דעם קשר צווישן אלע בענדי־ נער (אץ וויפיל זענען מיר געבליבן בסך־הכל?) אין דער גארער וועלט. דער בענדינער זאגלעמביער פארבאנד אין קאנאדע איגוד ימאי בנדין — זגלמבי ה בקנד ה
passage_f307d364e7fe13787e112475