משה מאנעלע אי? ש. ראטעגבערג 1/די פנקסים פון די בענדינער חברות די אלטע יידישע פנקסים פון פארשידענע חברות אנטהאלטן אין זין* — אויסער ידיעות, וואס האבן א דירעקטן שייכות צו דער באטרעפנדיקער חברה און אירע מיטגלידער — אויך באדייטנדיקע געשיכטלעכע מאטעריאלן, וועלכע זעען פון גרויסער וויכטיקייט פאר די געשיכטע פון די יידן אין דער שטאט און אפילו פאר דער געשיכטע פון די יידן אין לאנד. די פנקסים געבן אפט א בילד פונעם קולטורעלן, עקאנאמישן און טיילמאל אויך פון פאליטישן מצב פון די יידישע קהילות פאר דער צייט, אויף וועלכער די רשימות און איינשרייבונגען אין די פנקסים באציען זיך.
פאר אונזער ליגן די פנקסים פון די בענדערניר יידישע חברות און פון די דאזיקע פנקסים ווערן מיר געוואויר, אז זיי טאלטע צייטן געפינט זיך אין אונזער שטאט א גאנצע ריי קולטורעלע, עקאנאמישע און פילאנטראפישע אינסטיטוציעס, וועלכע זענען פארצייטנס אנגע־ רופן געווארן "חברות". ליידער זענען אבער אין די פנקסים פון די חברות נישט שטענדיק פארצייכנט געווארן די וויכטיקסטע היסטא־ רישע געשעענישן, וואס וואלטן געקענט אינטערעסירן דעם געשיכטע־ פארשער. דאקעגן געפינט מען גאנץ אפט פארצייכענונגען פון א קלע־ נערער וויכטיקייט. ס׳קען זיין, אז גראד די ווייניק וויכטיקערע געשעענישן האבן ארויסגערופן א געוויסן אינטערעס ביי די חברות־ מיטגלידער, וועלכע האבן זיי פארשריבן לזכרון אין פנק ס פון דער חברה. צו דער דאזיקער ארבעט האבן מיר זיך באנוצט מיט די פאלגנ־ דיקע פנקסים; "פנק ס מאנשי חסד של אמת דפה בענדין" (חברה קדישא), "חברה חייטים", "חברה הכנסת כלה", "חברה תחלים", "חברה נושאי המטה" און "חברה מלביש ערומים". ■ ז. ■ "פנקס מאנשי חסד של אמת דפה בענדי ך (חברה קדישא) דער דאזיקער פנקס איז דער וויכטיקסטער און עלטסטער מקור פאר אונזער ארבעט.
דאס איז א קלייןדיק ספרל׳ געבונדן אין לעדער, נומערירט פון 1—178, אויף אלטע, מאטע בלעטער׳ וואס זענען טיילווייז פאר־ געלט און טיילווייז גרין־גרוי פץ אלטקייט. די ווייטערדיקע בלעטער זענען שוין סאטיגירטן, שווער ן און גלאט־ווייסן פאפיר. די ערשטע בלעטער, וואס האבן די נומעראציע, שטעלן מיט זיך פאר א קנקן ישן מלאישן נושן׳ דאקעגן די ווייטערדיקע נייע בלעטער זענען זייער ווייניק באשריבן און בילדן א חד ש שאפילו חד ש אין בו. דער פארמאט פץ פנק ס איז 14x18 צענטימעטער, די דיק — צוזאמען מיט די איולעדער און ברוינע לייוונט איינגעבונדענע טאוולען — האלט 11 צ״מ, קי ץשער־בלאט איז נישט פאראן. אויפן בלאט׳ וואס געפינט זיר פארן נומער 1 איז פארצייכנט, מיט א שפעטערדיקע האנטשריפט, פאלגנדיקע ס: "פנק ס דח״ק מ״ק בענדי ן מימים קדמונים", ד״ה "דער פנק ס פון דער חברה קדישא פון דער קהילה בענדין זייט אלטע צייטן". אחוץ דעם׳ איז פאראן אויפן דאזיקן בלאט פאלגנדיקע נאטיץ: "בזה הפנק ס נמצא כמה אנשים שנכתבו בפנקס הח״ק בשנת תמ״ז לפ״ק כמו שנמצא בדף 16 וגם 17 וגם
בכמה דפים גם בדף ה׳ ע״ב נמצא חשבון משנת ת״מ לפ״ק". עם הייסט: "אין דעם פנקס געפינען זיך מענטשן׳ וואס זענען איינגעשריבן געווארן אין פנקס פ״ץ דער חברה קדישא אין יאר תמ״ז (1687), אזוי ווי ס׳איז צו זען פון בלאט 16 און 17 און אויך אויף פיל אנדערע בלעטער׳ אויך אויפן בלאט 5, זייט 2 געפינט זיך א חשבון פון יאר ת״מ (1680)״. אויף דער זייט נומער 1 געפינען זיך פאלגנדיקע וויכטיקע געשיכט־ לעכע פארצייכענונגען, וועלכע זענען איינגעפאסט אין א שטארקער, העברעאישער מליצה־שפראך: "בעז״ה.
חקקתי על לוחות העדות בתוך הפנקס דחברא קדישא דגומלי חסדים טובים של ביקור חולים ועושים חסד עם החיים והמתים; גם להעלות נר תמיד בביהכ״ג הקדושה, אש תמיד תוקד בו ודומיא דכיהוא זה, אות באות כתבתי בפנקס הגבאים דק״ק למען תהי׳ לאות ולמשמרת, לדורי דורות ויהי׳ להם למזכרת; קבעתי ביתדות ומסמרות. האויב דבר וחרב ורעב ויגון אשר קרנו במדינתנו מדינת פולין מיום התחלת השערורי׳ ותרועת מלחמה בשנה זו תקצ״א. והסימן "קצתא" כי קצנו בחיינו מצר ומצוק אשר הציקנו. ודבקה לארץ בטנינו. חסדי ד׳ כי לא תמנו: ולא כלו רחמיו. וברוב רחמיו ורוב חסדיו הושיענו; וכל טוב גמלנו; ואשא קינה והספד על כל המתים אשר בעירנו נגוועו בעוונינו מבין המצרים עד כ״ב מנחם אב גוועו וגם מתו בתוך הדבר פה יותר ממאה נפשות והיום נגילה ונשמחה כי שוד גמר והמגפה נעצרה פנחס זה אליהו הנביא יבוא אלינו ויגאלינו לפרט. ובזה החילותי: אהד. תבל התפלשי בעפר רדי ושבי על הארץ. בכי חלד וספדי כי נמוג כל לב ונמוג כל הארץ. מכליון הדבר והמגפה וחרץ: אשר ממש כמוהו לא נהייתה במדינותינו משמי שמי ערץ: ולא עלינו בלבד החרון אף יצא רק על הכלל כולו יצא ממש קהילות הקדושות גדולות ונפלאות עלה הפורץ: ולו ישחית והרבה להשיב אפו ויעיר כל חמתו. בכלל ובפרט שתינו קובעת כוס התרעלה מיד ד׳
וידינו תרפינה. הירא האי ששוט מכות עליו ן נגדו ועמודי לבבו לא תמוטינה: הילך איש על גחלי אש עליו ן ורגליו לא תכווינה: היאכל איש מרורת ראש ולענה מסוכה עם חמת פתנים ולא נודע כי באו אל קרבנה: לכן אחי ורעי חקקו זאת על לבכם בעט ברזל ועופרת. ותהי זאת לכם למזכרת: למען האמת לא יהי' נעדרת.... הצרות רבות ורעות: ויגון ואנחות: משנה זו: קצת אלפ״ק קצנו בחיינו.... כוס התרעילה ושתינו מי המאררים המרים.... ותרועת מלחמה מהתנגדות המדינה לבין הקייזר מרוסיא אויב דבר וחרב ורעב ויגון תכפו עלינו. תלאות רבות עברו על ראשינו. ויום ליום יביע אומר יום צרה ותוכחה: יום בכי ומספד גדול ואבל ליהודים. כי גדע בחרי אף את קח ישראל ועברתו כי קשה מחוץ שכלה החרב ובבית כמו תרעב כי יהי׳: דבר כי יהי/ גם כל חלי וכל מכה ידכא נפש גבר. שושנה ממעל ומתחץ זכו נזיר. ומשלג צחו ומחלב טרם עתו. עלה הכורת עליו. ארז אשר בלבנון עלי באר מים שתולה. והאדמה תתן יבולה: פתאום זעם ד' עבר עליו ושטף. ובעודו באבו יקטף. פתאום יצאו הגזירה ויבא המשחית בסופה ובסערה. וחרבו שלופה 37