ווייטער ווערט אין דער נאטיץ דערציילט, אז — "די נישט יידן האבן געצווונגען די יידן ארויסצופירן די מתים, וואס זענען געשטארבן אין די 2 שבתים. אין שבת פ׳ עקב תקצ״א זענען די נישט יידן געקומען מיט שווערדן און פיקעס אויפן פעלד ווו מ׳האט פרייטאג נעבן די אפענע קברים אוועקגעלייגט די מתים, ביי וועלכע עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן שומרים. עס זענען דאן געבליבן 5 מתים, 2 פרויען, א מיידעלע און 2 מענער, וועלכע מ׳האט שוין נישט באוויזן קובר צו זיין פאר שבת, ווייל ס׳איז שוין געוואך פינסטער און דער שבת איז איינגעטרעטן. די נישט יידן האבן דאן אנגעבונדן שטריק אין די פיס פון די מתים און האבן זיי ארומגעשלעפט נאקעטע אן תכריכים און ארומגעווארפן איינעם אויפן אנדערן, מענער מיט דעם מיידעלע צוזאמען. זיי האבן אויך די יידישע שומרים געשלאגן מכות רצח. און דאך האבן מיר נישט געוואלט מחלל שבת זיין. די נישט יידן האבן צוגעדעקט די מתים מיט ערד. נאד שבת האבן מיר אין געהיים צוריק ארויסגענומען די מתים און געטון זייער רעכטם בכבוד, לויט ס׳איז אנגעוויזן אין די יידישע ספרים. מיר האבן די 2 שבתים אפגעהיטן און בזכות זה וועלן מיר זוכה זיין דאס משיח וועט קומען און צו האבן עולם הבא, אמך. נאד דעם גייט א ליסטע, וואס רעכנט אויס 118 נפטרים ביי די נעמען, אדער די עלטערנם און קרובים נעמען.
אויף די פאלגנדיקע בלעטער פון פנקס געפינט מען איינשרייבונגען פון מיטגלידער אין דער חברה. אזא מין איינשרייבונג אנטהאלט געוויינלעך דעם נאמען און פאטערס נאמען פונעם נייעם חבר, דערביי ווערט אויך באצייכנט וויפל ער האט געגעבן איינשרייבגעלט אין באר און וויפל ער איז שולדיק געבליבן, אחוץ דעם, אויך וויפל ער איז זיך מתחייב צו צאלן וועכנטלעך. ביי יעדער איינשרייבונג געפינט זיך א באמערקונג, אז דער באטרעפנדיקער האט אויף זיך גענומען די פליכט אויסצופירן אלע תקנות פון דער חברה און, אז ער איז א גלייכבארעכטיגטער חבר צו אלע ענינים, וואס האבן א שייכות צום לעבן פון די חברה מיטגלידער. צום סוף קומט געוויינלעך די איינשרייב־דאטום און די אונטערשריפט פונעם איינשרייבער. אויף דער צווייטער זייט פון בלאט נומער 18 געפינט מען איינגעשריבן א געוויסן מיטגליד יוסף בר' מאיר, מיט דער צושריפט: "מע״ק (מעות קדימה) חי״ג (ח״י גדולים), נתן ו״ג עי״כ תמ״א, נמצא נ״ח (נשאר חייב) י״ב ג׳". נאך דעם גייט א גאנצע ריי פון חשבונות, וואס ער האט איינגעצאלט אין די פאלגנדיקע יארן: תמ״ב, תמ״ג אאז״וו און וואס ער איז שולדיק געבליבן (נתן ג׳ "ונ״ח ג׳). אויף זייט 26 געפינט זיך פאלגנדיקע נאטיץ, דאטירט פון תרי״א, פארצייכנט דורך דעם דעמאלסטיקן רב הרב חיים דוד לאנגפוס ז״ל.
"לזכרון זאת רשום בספר בעט סופר שבגמול הטוב והחסד שעשו הניתריחברי ה״ה היקר כ״ה צבי הירש נ״י פוטרמן וחברו ה״ה. היקר כ״ה משה יוסף נ״י פירשט לבקר את החולים בעת יצא הזעם ר״ל בשנת תר״ט ושמו נפשם בכפם להציל נפשות עמנו ב״י בכל כוחם, וגם היקר ר' משח יוסף הנ״ל משמש את החברא כמה שנים באמונה׳ לכן הסכימו כל בני הח״ק לרשום זאת למזכרת, ובעת התאסף הח״ק אל המשתה כמנהגם יבואו האנשים האלה אתם בהקהל בלא מחיר כסף, ויאכלו את פירותיהם בעוה״ז והקרן קימת לעוה״ב". ־ 39 איבערזעצונג: "דא זענען נאטירט געווארן צום אנדענק פאר זייערע גוטע מעשים די 2 חברים ר׳ צבי הירש פוטערמאן און ר׳ משה יוסף פירשט, וועלכע האבן אין יאר תר״ט (1849) בעת ס׳זענען אויסגעבראכן די שלאפקייט כסדר מבקר חולים געווען, אייג- שטעלנדיק זייער אייגן לעבן׳ כדי צו ראטעווען די קראנקע. אויך איז דער דערמאנטער ר׳ משה יוסף זייט לאנגע יארן משמש די ח״ק באמונה. דעריבער איז באשלאסן געווארן, ווען די ח״ק קומט זיד׳ לויט זייער מנהג, צוזאמען צו דער משתה, זאלן די אויבנדערמאנטע חברים האבן דאס רעכט זיך צו באטייליקן אן יעדן אפצאל. און זאלן זיי עסן די פירות אויף דער וועלט און דאס קרן זאל זיי בלייבן לעולם הבא". אויף זייט 27 געפינט מען פאלגנדיקע נאטיץ אן אונטערשריפט: "ע״ד שהה׳ הנ״ל במשתה החברה בש״ע (שמיני עצרת )
העבר שנת תקכ״ז לפ״ק פער פיו לבלי חוק בדברים אשר •לא כדת אשר אין להעלותן על הכתב גלל כן עלה במוסכם המשגיחים בח״ק והגבאים ושאר בח״ק לענוש אותו תחלה בגופו שיהיו נדחה מן הח״ק פגול הוא לא ירצה לעולם חוץ שאר עונשים לעונשו כשיהיה שעת הכושר ולמען תהיו זאת למשמרת כתבנו את המאורע". איבערזעצונג: "ווייל דער אויבנדערמאנטער חבר האט אויף דער משתה פון די חברים אין שמיני עצרת פון יאר תקכ״ז (1767) זיך דערלויבט אויסצודריקן מיט ווערטער, וואס מ׳קאן זיי גישט איבערגעבן שריפטלעד— איז באשלאסן געווארן, אין הסכם מיט די משגיחים, גבאים און אנדערע חברים, צו באשטראפן אים מיט דערווייטערן פון דער חברה קדישא, ער איז פאר אונז אומווירדיק און אומגעווונשן אויף אייביק, אויסער אג־ דערע שטראפן, וואם קומען אים ווען ס׳וועט זיין דערצו א געלעגנהייט, און כדי דאם זאל בלייבן לזכרון האבן מיר דעם פאקט דא איינגעשריבך. אויפן בלאט24 געפינט מען פאלגנדיקע נאטיץ: "היום יום ג, חה״מ פסח תק״ג לפ״ק הוגבה מעות הקידוש סך ששה עשר זה' וי״ב ג׳ אשר מזה הוציאו שמונה ז״ה על כלי הבית חיים שני זה, לאב״ד בעד הדרשה... ח״ג פ״ג בעד דבש להחברא ולהבוררים ששה פ״ג בעד דגים והמותר א׳ זה׳ כ׳ ג׳... נשאר ת״י כב׳ הרב אב״ד יצד.
די דאזיקע נאטיץ דערציילט, אז אין חול המועד פסח תק״ג (1743) איז איינקאסירט געווארן קידוש־געלט 16 גילדן מיט 12 פוילישע גראשן, פון וועלכע׳ 8 גל. זענען אויסגעגעבן געווארן אויף בית־חיים כלים, 2 גל. דעם רב פאר דער דרשה, 18 פוילישע גראשן אויף מעד פאר דער חברה און די בורררים, 6 פ. ג. אויף פיש און די רעשט איז איינגעלייגט געווארן ביים רב. אויפן בלאט 54 זייט 1 געפינען זיך פאלגנדיקע חברים איינ* שרייבונגען פון תקס״א (1801): 2 ברידער, איינער ר' יהודה לייב ב״ר גרשון סג״ל, און דער צווייטער ר, שמעון סג״ל, וועלכער איז געווען א רופא און האט מבקר חולים געווען. אויפן בלאט 53 זייט 1 געפינט מען 2 איינשרייבונגען פון חברים, וואס זענען געמאכט געווארן דורכ דעם דעמאלסדיקן מו״ץ ר׳ נחום רוזאניס, וועלכער שרייבט זיך* אונטער, אין די שפעטערדיקע יארן, אלס רב דק״ק בענדין. אין די דערמאנטע איינשרייבונגען ווערט אנגעגעבן דער פאקט, אז דאס דאזיקע ביד (פנקס) פון דער ח״ק איז געהאט פארלירט געווארן אץ ס׳האט געפעלט במשך פץ 5יאר. פון בלאט 61 זייט 1 איז אויך צו זען, דאס אין בענדין איז אין