יאר תנ״א (1691) געפירט געווארן א קהלה פנקס. אויפן זעלביקן ארט געפינט מען א גענויע אפשריפט פונעם אפמאך צווישן דער קהלה מיט דער ח״ק, לויט וועלכן די קהלה האט — אלס דעקונג פון איר חוב פון 100 גל. וואס זי איז שולדיק געווען דער חברה קדישא — איר געגעבן א טייערע ספר תורה, וואס איז געשריבן געווארן אויף הערשן־פארמעט, די עמודים האבן זיך אנגעהויבן מיט וואוון (אות ואו) און די אזכרות (ד״ה די שמות הקדושים) זענען געווען געשריבן מיט א ספעציעלער פעדער און טינט. פון דער ווייטערדיקער נאטיץ אויף דער זעלבער זייט איז צו זען, אז מיט דער הלואה האט די ח״ק געטון א גרויסע טובה דער קהלה, ווייל דאס געלט איז געווען דרינגענד נויטיק פאר א דבר גדול און די מנהיגים פון דער קהלה האבן זיך געפונען אין א שווערער לאגע׳ נישט קאנענדיק זיך פון אנדערשווו שאפן געלט. די בלעטער 62 און 63 אנטהאלטן די וויכטיקסטע פארצייכענונ *
גען, geschrieben אין יאר תמ״ו (1686). דא איז פעסטגעשטעלט געווארן א געוויסע ארדענונג אין דער פירונג פון דער ח״ק. עס ווערט נאר־ מירט דער צוטריט פון נייע חברים צו דער חברה, ס׳ווערט פאר־ געשריבן דער סדר פון די סעודות, וואס די ח״ק ארדנט איין יעדן שביעי של פסח און שמיני עצרת. ס׳איז אפילו אנגעגעבן לויט וועלכן סדר די חברה מיטגלידער דארפן זיצן ביים טיש. די גבאים האבן געמוזט שטארק אכטונג געבן, אז די חברים זאלן נישט רעדן קיין נארישקייטן ביים טיש, נאר זיי זאלן זיך האלטן ערנסט און ווירדיק. ס׳ווערן אויך קלאר אנגעגעבן די פליכטן פון יעדן חבר. כאראקטעריס־ טיש זענען די פאלגענדע פארשריפטן: ״8 טעג פאר דער משתה דארף געמאכט ווערן דער צעטל וויפיל יעדער פון דער ח״ק דארף געבן געלד אויף מעד. די באשטימטע סומע האט יעדער געמוזט איינצאלן אין באר, אפילו יענע, וואס האנדלען מיט מעד". ,,יעדער איז מחויב פינקטלעך צו קומען צו דער משתה. אויב איינער קומט נישט, מוז ער געבן טאפל אזויפיל מעד פון דעם, וואס מ׳האט אים באשטייערט. דאקעגן אויב ער וועט אויסווייזן, אז ער איז נישט געווען אין דער היים, דארף ער צוגעבן בלויז א העלפט". "דער שמש דארף קיינעם פון די חברים נישט באזונדער איינלא־ דענען אויף דער משתה, נאר נאד דעם ווי ער רופט אויס אין דער שול ווו די משתה קומט פאר — דארפן אלע חברים אליין קומען אן־באזונדערע אייגלאדונגען".
״קיינער פון די חברים — אוו אויהר נישט די גבאים — טאר נישט מיטברענגען קיין פרעמדן אויפן משתה" . אויפן בלאט 66 זייט 1 געפינט זיך ־ א ן אפמאך מיט א שמש , וואס וועלנדיק זיך איינשרייבן אין דער ח״ק און נישט האבנדיק די מעגלעכקייט איינצוצאלן דאס איינקויף־געלט , וואם איז פארגעזען אין די תקנות פון דער חבר ה — האט ער זיך פארפליכטעט צו באדינען די חבר ה במשך פון 2 יאר , פון תנ״ב ביז תנ״ד (1692—1694) . אויפן בלאט 66 זייט 2 איז נאטירט . אז אין יאר תנ״ד (1694 ) האט א געוויסער ר׳ משה מאיר בר׳ אלעזר מקדיש געווען בהקדש גמר פאר דער ח״ק א זילבערן בלעכל , אויף וועלכן ס׳איז אויס־ גראווירט געווארן זיין נאמען . איינשרייבונגען פון חברים און רשימות פון געוויילטע ראשי השגחות, גבאים , רואי חשבונות , געפינט מען צעווארפן אן א כראנא־ לאגישן סדר איבערן גאנצן פנקס . די חברים איינשרייבונגען ציען זיך פון יאר תמ״א (1681 ) ביז צו דער היינטיקער צייט . דאס זעלבע איז אויך מיט די רשימות פון די געוויילטע , דורך די קלפות , גבאים פון דער חבר ה קדישא . די וואלן זענען פארגעקומען יעדעס יאר אין חוה״מ פסח . דער הויפט ראש השגחה אדער דער על גביהם איז שטענדיק דער מרא דאתרא׳ וועלכער ווערט אפט נישט אנגערופן ביים נאמען , נאר בלויז "הרב הגדול דקהלתנו " און דעריבער איז נישט שטענדיק מעגלעך פעסטצושטעלן וועד ס׳איז דעמאלט געווען דער רב .
אויפן בלאט 85 זייט 2 איז איינגעשריבן געווארן א שטרענגע פארשריפט׳ וועלכע פארוועדט די חברים — אונטער די שטרענגסטע קאנסעקווענצן — דאס שפילן אין קארטן. די דאזיקע תקנה איז פעסטגעשטעלט געווארן אין חוה״מ פסח פון יאר תפ״ח (1728). אץ יאר תרכ״ח (1868) איז איינגעשריבן געווארן אויפן בלאט 141, זייט 1, א תקנה, דאס קיינער פון די ממונים אדער גבאים, וועלכע באטייליקן זיך אויף א זיצונג פון ועד, טאר קיינעם נישט דארט אהין מיטברענגען, אפילו נישט קיין חבר פון דער חברה קדישא. אונטער א שטרענגע שטראף׳ וואס איז דערגאנגען ביז צום דערווייטערן דעם שולדיקן פץ דער חברה׳ איז פארבאט געווארן צו דערציילן וועגן די פארהאנדלונגען, וואס זענען פארגעקומען אויף דער זיצונג. א נייער חבר איז מחויב געווארן צו באדינען די ח״ק אויף די סעודות במשך פץ 3 ימים טובים (שלוש רגלים). ער האט זיך געקענט אויסקויפן דערפון, אויב ער האט איינגעצאלט אין דער חברה 18 ר״כ (רובל כסף) אדער מינדסטנס 10 ר״כ, לויטן איינזען פון די גבאים. אויפן בלאט 148 זייט 2 געפינט מען פאלגנדיקע נאטיץ פץ יאר תר״ח (1848), געשריבן דורך דעם דעמאלסטיקן רב׳ הר ב ר' חיים דוד לאנגפוס ז״ל:
"אויף א פארזאמלונג פון די גבאים פון דער ח״ק, צוזאמען מיט די משגיחים, די דאזארעס פון דער קהילה און אוי ד יחידי סגולה איז באשלאסן געווארן, דאס אזוי ו ר ביז דעמאלט א ץ געווען א תקנה, אז על כל צרה שלא תבא פלעגט די קהילה נעמען פץ דער הכנסה 2 חלקים און די ח״ק 1 חלק — זאל איצט די ח״ק צונעמען די גאנצע הכנסה, ווייל די ביז איצטיקע איינקונפטן האבן נישט געדעקט די אויסגאבן פון דער ח״ק, וואס איז צוליב דעם פארזונגען געווארן אין גרויסע חובות". אונטערגעשריבן זענען די דעמאלסדיקע דאזארעם און די גבאים פון דער חברה קדישא. אויפן בלאט 177 זייט 2 געפינט מען א נאטיץ, דאס הרב ר' ישכר בעריש ז״ל (גרויבארט), וועלכער איז פריער געווען שעדלעצער רב, איז אויפגענומען געווארן אלס בענדינער רב אין יאר תרנ״ג (1893). באלד אויפן צווייטן בלאט נומער 178 זייט 1 געפינט מען א נאטיץ וועגן דער אויפנאמע פון הרב ר׳ צבי חנוך הכהן ז״ל (לעווץ) אלס רב אין בענדין, אין יאר תרפ״א (1931). נעבן דער דאזיקער נאטיץ געפינט זיך די אייגנהענטיקע איינ־ שרייבונג פון הרב לעווין ז״ל אלס חבר פון דער חברה קדישא.
אויף זייט 2 פון בלאט 178 ביז זייט 1 פון בלאט 179 ווערט דערמאנט וועגן א 25 יעריקער יוביליי־פייערונג פארן ח״ק גבאי מענדל פערענס׳, וואס איז פארגעקומען אין יאר תרפ״ד (1924) אין לאקאל פון דער קהלה, מיטן אנטייל פון ד״ר ש. ודינציהער, וועלכער איז דעמאלט געווען ראש הקהל. אויפן באנקעט האט מענדל פערענס באקומען פון זיינע פריינד א זילבערנעם אנדענק־בעכער מיט א געהעריקער אויפשריפט. אויף די ווייטערדיקע בלעטער געפינען זיך נאטיצן פון דער לעצטער צייט וועגן הקפות פון נייע פלעצער, וואס זענען צוגעקויפט געווארן צום בית החיים. די לעצטע נאטיץ איז דאטירט פון 7־טן דעצעמבער 1936. ווי ס׳איז בולט פון אייניקע ווייטערדיקע נאטיצן, איז לעצטנס פארלייגט געווארן א נייעם פנקס פון דער חברה קדישא. פון דאזיקן - 40 -