Original scan
Original memorial-book scan 45
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1072

פנקס זענען איבערגעטראגן געווארן אינם אלטן פנקס געוויסע תקנות, וואם זענען לעצטנס אנגענומען געווארן דורך דעם ועד און גבאים. די נאטיצן אינם אויבן באשריבענעם פנקס ווייזן, אז פאר דער צייט פון יאר 1681, זייט ווען מיר האבן באריכט אין פנקס, האט די בענדינער יידישע באפעלקערונג געפירט א אינטענסיווע גייס- טיקע׳ געזעלשאפטלעכע און פילאנטראפישע טעטיקייט. באזונדערע שפוון האבן איבערגעלאזט אויף דעם געוויינלעך אידיליש־יידישן לעבן אין בענדץ, די פארשידענע אומרוען, אויפשטאנדן און רדיפות. וואם זענען פון צייט צו צייט אויסגעבראכן און האבן שווער געטראפן די רואיקע בענדינער יידישע באפעלקערונג. 11 פנקס פ1ן דער חברה חייטין א גענויען איינבליק אינם לעבן פונעם יידישן מיטלשטאנד און בעלי מלאכות גיט אונז דער ״פנקס מהחברא חייטיך — דער דאזיקער פנקס האט א פארמאט פון 18 א 28 צענטימעטער, 5 צ״מ דיק, און איז געבונדן אין איינפאכער טונקל בלויער ליווענט. דער פנקס מאכט דעריבער אויפן ערשטן בליק דעם איינדרוק פון א ספר, וואס געהערט צו געוויינלעכער פאלקס־מענטשן און בעלי מלאכות.

passage_374b44da5f64a6218eb6b3ca
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1074-2336

דער אלטסטער טייל פון פנקס, וואס איז פארלייגט געווארן אין יאר תקס״ז (1807) באשטייט פון 98 בלעטער, וועלכע זענען אדורכגעצויגן מיט א שנור און פארזען מיט א לאק־חתימה פון "קה ל בענדין". די ווייטערדיקע בלעטער, טיילווייז נומערירט און די רעשט אןומעראציע, זענען שוין שפעטערדיקע, וואס זענען צוגעגעבן געווארן אין די לעצטע 30—40 יאר. אויפן ערשטן בלאט געפינט זיך פאלגנדיקע שיינע איינלייטונג, געשריבן אין יאר תקס״ז (1807) דורך דעמאלסטיקן מו״ץ פון בענדי ו ר׳ נחום רוזאניס ז״ל, וועלכער דערקלערט די סיבות, וואס האבן באווויגן צו שאפן אין אונזער שטאט א חברה חייטין און אויך דעם ציל, וואס די גרינדער האבן זיך דערביי געשטעלט. ער שרייבט דארט: "הנה נודע לכל שבכל נפוצות בית יהודה וישראל התנדבו להיות חברה קדישא דחייטין ושאר בעלי מלאכות ויש להם ספר להיות קורין בו בכל שבת וי״ט ומכה זה איש את רעהו יעזורו באם יבאו להם דבר הנוגע כנגד דת ישראל כ ׳... הבעלי מלאכות יש להם התחברות עם ערלים בצעד ויוכל לצמוח להם איזה הפסידא וגרם בנזיקין ואף גם מכה התחברות אהבת רעים . . . כל דבר הנוגע ליראת ד׳ ושלמים הם עם ד׳ ועם בני אדם ע״כ עלה במוסכם אצל בעלי מלאכות פ״ק יצ״ו לעשות מבהכ״נ הקדושה והתחייבו עצמם על שלשה שנים אף אמנם ׳

passage_096aea376e704c5f76a30a55
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2338-3595

דומיא דכי הכי הוא ולהתחבר באהבה ואחוה וריעות ולקח ספר שיקנו לעצמם ספר משך שנה ראשונה אעפ״כ יתנו לקופת צדקה גבוה סך חמשה עשר ר״ט לשלם בכל שנה סך חמשה ר״ט ובפירוש מותנה ביניהם בתנאי גמור שיותרו להם רצועה להיות תוך החברה הנ״ל אנשים שאינם בעלי מלא- כות... פני הקהל בצירוף המ״ץ ליתן להם הסכמה על זה בדבר שאינו חסר לכלל קהל ובד״ץ (ובית דין צדק) כי הנוגע לדין תורה קבלו על עצמם לשמוע ולשמור ולעשות כל אשר יהי׳ עפ״י דת תורתינו הקדושה וכן הנוגע בדבר שהוא לכלל... מקבלים עליהם לציית כדין כל ישראל רק עיקר מגמתם שיהי׳ ביניהם אהבה ואחוה בכדי שלא יכשלו... כל אומן שונא את אמונתו ושיהי׳ אחד לחברו מגן ומצלו בכל אשר יבוא עליהם ואויבי ד אחד מהם לעזור כנגדו ועתה כי המה יחדיו קשר אמיץ וחזק לאחיו יאמר חזק ונתחזק ויהי׳ בטח ושאנן מפחד רעה כל זה... החיוטיו וגם שאר בעלי מלאכות וזה תוכן דבריהם ויתר דבריהם אשר בניהם יתוקן עפ״י תקנות אשר יעשו ביניהם עפ״י רוב מנין ורוב בנין אשר הוא לטובתם והנוגע ליראת ד׳ לעבוד עבודת ד׳ בשלמות נעשה היום יום ו׳ עש״ק אסרו חג של פסח תקס״זיי ו לפ״ק בענדיך. (נאך דעם קומט א ריי אונטערשריפטן פון די גרינדער). 1 1 1 די מאלאכאווסקיגע גאס רחוב מלמבסקי איבערזעצונג:

passage_c7702141a925b4a38c2fbd3f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3597-4514

עם איז באקאנט פאר אלע, אז בכל תפוצות ישראל האבן זיך געשאפן חברות פון חייטיו (שניידער) און אנדערע בעלי מלאכות, וואס ארדענען זיך איין מנינים מיט אייגענע ספרי תורות צו לייענען יעדן שבת און יום טוב׳ און מי ט דעם העלפן זיי זיך איינעם דעם אנדערן. אויך ווען זיי האבו א רעליגיעזן ענין׳ ווייל די בעלי מלאכות האבן פאר־ בינדונגען מיט נישט אידן און די צעכן (קריסטלעכע בעלי מלאכות פאריינען), כדי ס׳זאל נישט ארויסקומען קיין שאדן פאר זייערע אינטערעסן. ווייטער ברענגען די חברות מיט זיך אהבת רעים׳ גוטפריינטשאפט און אויך זאכן, וואס זענען שייך צו יראת שמים און מענטשלעכע ענינים. צוליב דעם איז אויך באשלאסן געווארן ביי די בעלי מלאכות אין אונזער שטאט צו שאפן א ענלעכע חברה און זיך צו פארייניקן אין פריינטשאפט און צו נעמען א ספר תורה פון דער שול. זיי האבן זיך מתחייב געווע ן צו צאלן כמשך פון 3 יאר פאר דער - 41

passage_a0e495c25236ec443fd41f94