Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 51
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1096

ביקור חולים און נר המי ה פוגדאנען. דער קאסירער האט נישט דאס רעכט אויסצוצאלן פון דער קאסע אפילו איין פרוטה׳ אן דער אונטערשריפט פונעם גבאי־חודש און דעם נאמן. פינפטע תקנה) ווען א חברה־מיטגליד מאכט חתונה זיינע קינדער סיי א זון און סיי א טאכטער דארף ער איינצאלן אין דער חברה־קאסע 6 גראשן פון יעדע הונדערט גילדן נדן. ווען ס׳ווערן געבוירן קינדער ביי א חברה־מיטגליד, דארף ער איינצאלן 6 גראשן פון א זון און 12 גראשן פון א טאכטער. צענטע תקנה) אזוי ווי א משתה ברענגט צופרידנהייט, דארף מען יעדעם יאר אינעם ערשטן שבת נאד פסח איינארדענען א משתה ושמחה אין דער וווינונג פון גבאי׳ וואס איז פרנס החודש׳ כדי זיך געמיינזאם צו פרייען אויף דער סעודת מצוה, וווּ ס׳וועט זיין פלייש׳ וויין און פיש. יעדער מיטגליד דארף געבן 18 גראשן פארן איינארדענען די קלפי, און אויף אונזער אינטימער שמחה דארף זיך קיין פרעמדער נישט באטייליקן, אחוץ א מענטש׳ וואס די עלטסטע וועלן אויף אים מסכים זיין — אזוי ווי עס פירט זיך אין אלע אנדערע חברות. פוגם אריינפיר און פון די אויבן ציטירטע תקנות איז צו זען,

passage_7645f8cda8c17567f732015b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1098-2303

וואם פאר א וויכטיקע אויפגאב ןדי גרינדער פון דער חבר ה האב ן זיך געשטעלט. דעם הויפט אימפולס צו גרינדן די חבר ה האט געגעבן דער רעליגיעזער מאמענט. די גרינדער האב ן קודם כ ל געוואלט אפציע ןדי יוגנט פון די טעגץ און דברים בטלים, ביי וועלכע זי י האב ן פארברענגט דעם שבת, און אלס ערזאץ האב ן זי י פארגעלייגט צו זאגן תהלים אין דער שול ״מיט פרייד און געזאנג״ — ווי ס׳דריקט זיך אויס דער בע ל הקדמה. אבער נעבן דעם רעליגיעזן מאמענט זעט מען אויך ארויס פון די תקנות דעם בולט־געזעלשאפט־ לעכן כאראקטע ר פון דער חברה׳ וועלכע האט ביי זיך א גמילות חסד, קאסע, וואס גיט ארויס אירע מיטגלידער אן פראצענטיקע הלואות אויף משכנות. אחוץ דעם, ערטיילט די צדקה־קאסע פון דער חברה אונטערשטיצונגען פאר נויטבאדערפטיקע חברים, בעת זי י געפינען זיך אין אן עת צרה. די זעלביקע קאסע שטיצט אונטע ר דורב ־ וואנדערנדיקע אורחים׳ וואס ווענדן זיך נאד הילף. די חבר ה זארגט אויך וועגן ארויסהעלפן די חברים מיט אונטער ־ שטיצונגען אין דער צייט פון א קראנקייט. צוליב דעם האב ן זי י בי י זיך איינגעארדנט א מין קראנקן־קאסע, כדי זיך קעגנזייטיק ארויס * צוהעלפן מיט רפואות, משמורים און זיך צו פארזיכערן קעגן אר ־ בעטסלאזיקייט.

passage_ab83a17491a43bc5f22cfe66
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2305-3597

ווי מען זעט, זענען די הכנסות־קוואלן פון דער חברה פארשידג־ ארטיקע. מען נעמט אפצאלונגען פון נדנים, פון גייגעבוירענע קיג* דער — דערביי איז כאראקטעריסטיש, אז פון א מיידל מוז דער פאטעד צאלן אן ארט קאנטריבוציע: אנשטאט 6 גראשן ביים געבורט פון א יינגל׳ מוז ער צאלן 12 גר. פון א מיידל. ווייטער קומען הכנסות פון שטראפן׳ ווי צב״ש 6 גראשן פאר נישט קומען צו דער באשטימטער צייט תהלים זאגן. אין יאר תר״ה (1845) האט די חברה באקומען פון די דעמאלסט־ טיקע דאזארעס (משגיחים) א דערלויבעניש אויף איינצוארדענען א באזונדער מנים און פאר דעם זכות, האט די חברה זיך מתחייב געווען צו צאלן 25 גילדן יערלעך לטובת דער קהלה. די ערשטע קלפֵי פון דער אויביקער חברה איז פארגעקומען אין יאר תקפ״ט (1829). עס זענען דעמאלט געוויילט געווארן 3 גבאים און 3 רואי־חשבון (רעווידיר־קאמיסיע). די ווייטערדיקע דפים פון פנקס זענען פארנומען מיט מיטגלידער* איינשרייבונגען און רעזולטאטן פון די קלפות, וואס זענען יעדעס יאר פארגעקומען. דער פנקס ווערט ווייטער געפירט דורך די היינטיקע חברה, מיטגלידער, וועלכע באגנוגן זיך אבער בלויז מיטן איינשרייבן די רעזולטאטן פון די יערלעכע קלפות־צערעמאניע. פון צייט צו צייט ווערן אויך נאטירט די נעמען פון נייע מיטגלידער, וואס טרעטן אריין ו אין דער חברה.

passage_1a63ef76d058ce826855e83f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3599-4293

וועגן דער היינטיקער טעטיקייט פון דער חברה תהלים געפינט מען leider נישט קיין שום שפּורן אין זייער פנקס. זג דער פנקס פון דער חברה חשאי המטה דער פנקס האט א פארמאט פון 18x20 צענטימעטער, 3 צ״מ דיק אין א לעדערנעם איינבאנד, וואס איז א ביסל באשעדיקט צוליב אלטקייט. דער דאזיקער פנקס פארמאגט א שער־בלאט, אויף וועלכן ס׳איז אנגעגעבן דעם גרינדונגס־יאר פון דער חברה, ווי אויך א פרט, וועלכער באשטעטיקט די דאטע. די אויפשריפט אויפן שער־בלאט קלינגט: נתיסד למז״ט באיסרו חג של פסח תקב״ץ לפ״ק, בשנת "ב א יבו א דוד אשר הלך׳ פה בענדין. אויף א זייט פארן שער־בלאט געפינט זיך פאלגנדיקע איע* שרייבונג אין יידיש געמישט מיט לשון קודש:

passage_c37d690d4c17f5490f145ba3
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4295-5550

"היות לראי׳ ולזיכרו ן לחברא נוה״מ וביקור חולים לעדי עד אי ך שאירע המעשה בין חברא החיוטין וועליכעס ע ם איז גישעהי ן איין פסול צווישן די חברא דיאלייט אודת וואם זי י האבץ אראב גיגאנוועט פון די א תכריכים אונך דיא זא ך איז בירור ארוים געקומי ן ע״פ עדים נאמנים לכ ן האט דם בית דין מיט דיא גבאים דח״ק גם המשגיחים איין פסק גימאכ ט דס דיא חיוטין טאהרין שוין נישט מעה ח נייען ר״לווען עס ווערט טרעפין איין בר מינן נאהר מען האט דס מוסר לחברא נוה״מ נאהר ווייל דיא חברא חיוטין זענין דער נאד גיקומען לפני הרב ולפני הבית דין אונד האבץ זיך גיבעטין דם מען זאל זיי א צוריק מוסר זיין דיא מצוד . ווייל די חברא נוה״מ האבן זיך זייער כשורה געפירט לכן האט זיי א דער רב מיט דעם בית דין איין כתב גיגעבן גם אין זייער בוך איין געשריבען דם ר״ל ווען עס ווערט זיך טרעפן חלילה צונייען אזו א טאהרין זייא נישט עליינ ט נייען רק אצל החברא נוה״מ בבית המדרש שלהם אונד דיא גבאים מן החברא נוה״מ מיזץ אויף זיי א איין השגחה האבץ כדי עם זאל ח״ו נישט ווידער זיין איין קלקול בדבר המצוד . זו ע״כ זאל דיא מעשה זיין לזיכר ץ דם דיא חברא חיוטין טאהרין שו ץ קיינמאהל נישט עליינ ט נייען בלתי רשות הגבאים דחברא נוה״מ יום עיו״ט שני דפסח".

passage_3546b582aa5c92d654938983
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5552-5902

נאכן שער־בלאַט קומען די אלטע בלעטער, וואס זענען נומערירט פון 1—85. ווייטער גייען שפּעטער־צוגעגעבענע בלעטער אן נומערירונג, צווישן וועלכע ס׳געפינט א בלאט נומער 34, וואס איז אדורכגעלאזט געווארן פונם אלטן טייל. צום סוף פונעם פנקס געפינען זיך גאר נייע בלעטער, וואס זענען צוגעגעבן געווארן ערשט אין די לעצטע יארן. 47

passage_434e7657fe053f3d4419081d