Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 57
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1392

נעמען פון 3 בוררים, וראם זענעו בש ר לעדות. די בוררים מאכן 3 גבאים און אלע ממונים, וואס מוזן זיין אנשטענדיקע מענטשן, צוליב וועלכע ס׳זאל נישט אנטשטיין קיין מחלוקות. די בוררים טארן נישט מער אויסוויילן ווי 12 ממונים. תקנה ו) די גבאים זענען מחויב יעדע וואך צו שיקן 2 מיטגלידער פון דעם חברה, כדי צוזאמענצונעמען דעם אפצאל (גרא־ שאווע) און דאס געלט מוזן זיי יעדע וואך איבערגעבן דעם קאסירער. די חברים מוזן גיין איינקאסירן יעדעס מאל ווען עם שיקן זיי די גבאים. תקנה ז) יעדער חברה־מיטגליד איז מחויב יעדע וואך פינקטלעך צו צאלן גראשאווע צו די 2 חברים, וועלכע די גבאים שיקן, און ער טאר נישט פארשפעטיקן מער ווי א חודש. ווען דער טערמין גייט אדורך און דער חבר האט נישט באצאלט, האבן די גבאים און די ממונים — אין הסכם מיט אלע חברה־מיטגלידער — דאם רעכט מיט אים צו טון לויט זייער ווילן. תקנה ח) נאד דעם ווי די חבר ה וועט שוין עקזיסטירן און ס׳וועט עמעץ. זיד וועלן דארט איינקויפן, מוז דאס זיין מיטן וויסן פון דער חברה, און אין דער אנוועזנהייט פון ווייניקסטנם פון 10 עלטסטע, וועלכע דארפן דעם קאנדידאט איינשרייבן אין פנקס, און די עלטסטע מוזן זיך דערויף אונטערשרייבן. תקנה ט) די בוררים טארן נישט באזייטיקן קיין גבאי, כדי אים נישט מביש צו זיין. זיי טארן אויך נישט מאכן קיין גבאי, אויב ר׳איז נאך נישט געווען קיין עלטסטער (ממונה).

passage_b398a6783a9c281dd0bf7833
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1394-2752

תקנה י) יעדע ם מאל ווע ן ס׳וועט געמאכט ווער ן א קלפי דאר ף מע ן דערנא ך מאכ ן א משתה או ן דא ס געל ט אוי ף דע ם טא ר מע ן נישט נעמע ן פו ן דע ר חברה־קאסע, נא ר יעדע ר אי ז מחויב צו געב ן פו ן זיי ן טאש. אוי ך בי י אנדער ע געלעגנהייטן, בע ת די חבר ה ווע ט זי ך צונויפזאמלע ן או ן ס׳וועט געמאכ ט ווער ן א משתה, טא ר מע ן דא ס געל ט ניש ט נעמע ן פו ן דע ר חברה־קאסע. א צוגא ב תקנה) אוי ב ד י גבאי ם או ן ד י עלטסט ע וויל ן עפע ס טו ן פאר דע ר חברה, מו ז דא ם זיי ן מיט ן הסכ ם פו ן אל ע חברה־ מיטגלידער. אויפן 5־טן, ניש ט נומערירט ן בלאט, זענע ן פארשריב ן 40 נעמע ן פון ד י גרינדער. ע ם פיגוריר ן דארט, צוויש ן אנדערע, אוי ך פאלגענדיק ע נעמען: חיי ם וואל ף שטיינהארט, אביגדו ר שווייצער, ד י ברידע ר אלי־ מלך או ן חיי ם שטראכליץ, יוס ף באזשיקאווסקי, מאי ר בלומענפרוכט, אלי׳ דו ד באלימאווסקי, חיי ם ליי ב קערנער, נחמי ה ווייסזאלץ. פון בלא ט 1—99 קומע ן איינשרייבונגע ן פו ן מיטגלידער. אויפ ן בלאט 100 אי ז איינגעשריב ן דע ר רעזולטא ט פו ן דע ר ערשטע ר קלפי, וואס אי ז פארגעקומע ן דאנערשטאג, דע ם 4־ט ן טא ג חו ל המוע ד פסח, תרנ״ד (1894). די בלעטע ר 101—146 זענע ן פארנומע ן מי ט ד י רעזולטאט ן פו ן די קלפו ת אי ן ד י יאר ן תרנ״ ה—תרצ״ ז (1895—1937). די בלעטע ר 147—166 זענע ן אומבאשריבענע. אוי ף ד י בלעטע ר 167 או ן 168 זענע ן איינגעשריב ן ניי ע מיטגלידער, או ן פו ן 169 בי ז 179 קומען ווידע ר אומבאשריבענ ע בלעטער.

passage_ef6b6fc4ec25ab077d230a61
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2754-3938

די הויפט־אידי פון דער חברה "מלביש ערומים" ווערט אפגעהיטן ביז אויפן היינטיקן טאג. יעדעס יאר ווערן אין חודש מרחשון באקליי־ דעט א פאר הונדערט ארימע קינדער ווי אויך דערוואקסענע מענער און פרויען. פון די פארשידענע באמערקונגען און רשימות אין די אויבן דערמאנטע פנקסים איז צו זען, אז ביי דער קהילה אין בענדין האבן די דאזארעס אדער משגיחים — ווי זיי שרייבן זיך אונטן — געפירט א קהל פנקס, ווו ס׳זענען איינגעשריבן געווארן אלע וויכטיקע געשע־ ענישן פון דער שטאט, אפמאכן מיט די היגע חברות, פארשידענע תקנות און פסקי דינים. דער דאזיקער פנקס, וועלכער וואלט אונז געקאנט געבן א שלל מיט מאטעריאל פאר דער געשיכטלעכער פארשונג פון יידישן ישוב אין בענדין און דער אומגעגנט איז ליידער פארלוירן געגאנגען, און אויך ווי ווייט מיר האבן נאכגעזוכט איז ער מער נישט בנמצא אין בענדין. באמערקונג: אלע דערגענצונגען פון די ראשי תבות, דערקלערונגען, ווי אויך די אייראפעישע דאטעס, וואס געפינען זיך אין די טעקסטן, זענען געמאכט געווארן דורך די מחברים פון דער אויביקער ארבעט. א פראגמענט פון שמואל ציגלערס מאלעריי אין דער גרויסער שול ציור־קירשל שמואל ציגלר מביודהכבס ת הגדול

passage_bdf97d6ed1767dff2d64a5c5