Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 83
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-894

1ער לעוץ״־פראגראם נעמט ארוס דעם גאנצן קורס פון א פאלקס־ שול. ווי אוי ר א ברייטן שטח פון יודאאיסטישע ידיעות מיט א ספע־ ציעלער באריקזיכטיקונג פץ דער העברעאישע שפראך. די לערער־ גרופע באשטייט פון 12 פערזאן, פון זיי, 7 פאר וועלטלעכע לימודים את 5 פאר יודאאיסטישע. ביי ם היינטיקן טאג דערגרייכט די צאל שי־ לער ביז 140. ספעציעלע פארדינסטן פאר דער שול האט דער "מזרחי״־טוער הלל זשאבנער, וועלכער איז געווען איינער צווישן אירע גרינדער. אין דער שפיץ פון די וועלטלעכע לימודים שטייט דער לייטער בער־ קאוויטש. צום סוף דארף נאך באמערקט ווערן, אז די שול געהערט צו דער נעץ "יבנה״־שולן אין פוילן. דער חדר "יסנדי התח־ה" דער חדר איז געגרינדעט געווארן אין יאר (1917) דורד דער "אגודת האורטודוכסים" שפעטע ר "אגודת שלומי אמוני ישראל", היינט "אגודת ישראל", און האט זיך צוערשט געפונען אויף מאג־ דזשעווער־גאס 64.

passage_70d3af2599860ec6cfe42560
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 896-1920

אין יאר תרע״ה האט זיך די צאל תלמידים אזוי שטארק פארגרעסערט, אז מ׳האט געמוזט טראכטן וועגן אייגענעם גרויסן בנין. א דאנק דער איניציאטיוו פון גערער רבין (וועלכער איז ספעציעל וועגן דעם געקומען קיין בענדין), מיט דער מיטהילף פון ראדאמסקער רבין און די פארוואלטונג־מיטגלידער פון דער דערמאנטער ארגאניזאציע: מענדל שפירא. ליפע קאמינער, שלמד. יצחק רינסקי, יצחק מאיר שענבערג, בערל רעכט, משה חיים קאמינער און מאיר בערי, איז געקויפט געווארן א גרויטע 3 שטאקיקע געביידע אויפן מאלא־ כאווסקי גאם, וווּהין דער חדר איז איבערגעטראגן געווארן און ווו ס׳געפינט זיך ביזן היינטיקן טאג. ביים קויפן דאס הויז האבן מיט גרעסערע געלט־סומעס מיטגע־ חאלפן: יחיאל ווינער און וואלף ווערדיגער. נחום צוקערמאן האט גע"־ שאנקן לטובת דעם חדר א טייל פון זיין פלאץ, וועלכער געפינט זיך הארט ביים בנין. דער חדר האט במשך פון זיין עקזיסטענץ ארויסגעלאזט פיל טויזנטער תלמידים, צווישן וועלכע ס׳געפונען זיך רבנים, עלויים און באוווסטע כלל טוער.

passage_665cd29a841b78ae078cdfcd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1922-3214

דער חדר איז באזוכט געווארן דורך די גרעסטע גדולי ישראל און תורה־אויטאריטעטען פון פוילן, צווישן וועלכע ס׳האבן זיך געפונען די רביים פון גער, סאכאטשעוו, ראדאמסק, סאקאלאוו, ווי אויך הרב שפירא (גרינדער פון "ישיבת חכמי לובלין") און אנדערע רבנים. וואס האבן אויסגעדרוקט זייער באגייסטערונג און צופרידענקייט פון חדר. ביים היינטיקן טאג לערנען אין חדר העכער 400 תלמידים פון חסידישע און באלעבאטישע עלטערן. די תלמידים ווערן פארפולקאמט אין א געהעריקע מאס למודי־קודש און מאכן אויכט אדורך דעם פרא־ גראם פון א 7 קלאסיקער פאלקס־שול. צוליב דעם, באזיצט דער חדר די זעלבע רעכט. וואס ס׳האבן די פאלקס־שולן ("פאוושעכנע"). דער פראגראם פון די למודי־קודש באשטייט פון התחלת דרדקי (א׳ ב׳) ביז גפ״ת (גמרא, פוסקים, תוספות), און פון די למודי־חול, איז ער דער זעלבער ווי אין, אלע 7 קלאסן שולן. ביים חדר עקזיסטירן אויך האנדלס־קורסן, פאר יענע תלמידים, וועלכע האבן שוין געענדיקט די 7 קלאסן למודי־חול. דער לייטער (מנהל) פון די למודי־קוידש איז הר׳ יחזקאל זיית־ בייטל פון ווארשע, א באוווסטער פעדאגאג און גרויסער למדן, וועל־ כער פירט אן מיט א פערסאנאל פון 14 קוואליפיצירטע מלמדים. הרב זיידנבייטל איז דער גרינדער פון ערשטן חדר יסוה״ת אין ווארשע זייט דעם ערשטן גרינדונגס־־טאג.

passage_9b859df1152106c8a49f593f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3216-3786

משגיח און גייסטיקער דערציער, איז דער באקאנטער פעדאגאג און טאלאנטפולער רעדנער הר׳ נט ע גוטער פון לאדזש . לייטער פון די וועלטלעכע למודים איז י. ראפאפארט (דער ליי־ טער פון דער "פאוושעכנע״־שול נר 2), וועלכער פיר ט אן מיס א דער לערער פערסאנאל פון דער ״מזרחי״ שול ״יבנה״ מיט א טייל פון די שילער. עם שטייען פון רעכט ר: וו. פיינער, זשאבנער, אייזעגבערג, וויינרייו, דער לייטער פון דער שול בערקאוויטש, פיינער, אייזענבערג, זידער, טראוב. חבר המורים של ביה״ס "יבנה" מיסודו של "המזרחי" וחלק מן התלמידים . - 79 -

passage_575b6a1d819e4dd80e116ac9