193 משה לײ ער מינץ — מײנע זכרונות 194 צומארגנם האב איך געזען מײן קוזין, ער איז מיט מיר געגאנגען אין א שטאטישער באנק װו איך האב מײן געלט אויםגעװעקסלט אויף עםטרײכישע קראנען׳ אחוץ אײן פאפי־ רענער 5־רובל, יװאם איז בײ מיר דא נאך הײנט. איך קויף א בילעט ביז צו דער אונגארישער גרעניץ. אנגעקומען קײן אונגארן האבן מײן ברודער און שװעגערין זיך זײער געפרײט מיט מיר. גאך עטלעכע טעג זײענדיק אין מישקאלץ האב איך גלײך באקומען ארבעט, תחילת בײ ײדישע שלאםער, שפעטער אין אײנע פון די גרעםטע פאבריקן אין אונגארן. איך האב געזען א גוטע צוקונפט פאר מיר און האב באשלאסן דארט צו בויע/ א הײם. אין יאר 1909, דעם 13־טן אויגוסט, האב איך מיט מזל געהײראט. אין יאר 1911 מאד איך אויף אן אײגענעם װארשטאט. איך װער אויך א מיטגליד אין ײדישן האנטװער־ קער־פארײן. איך לערן די שפראך שנעל׳ אויף אװנט־קורםן. מײן פרוי העלפט מיר צו• איך באקום א גוטן נאמען אין שטאט. מײן װארשטאט געפינט זיך אין דער הויפט־גאם. איך האב שוין ארבעטער מיט לערן־ײנגלעך. איך װער א מיטגליד אין דעם מײםטער־פאראײן. אבער עם ברעכט אויס די מלחמה פון 1914.
איך באקום אפילו ארבעט דירעקט פון מיליטער־שטאב. אבער אזוי שנעל װי די מלחמה האט אויפגעהערט זענען ארויםגעגעבן געװארן שלעכטע גזירות קעגן אויסלענדער. דאס זענען געװען די יארן 1920 און 1921. איך האב נישט געזען קײן אנדער אויםװעג װי צו געמען װידער דעם װאנדער־ שטעקן און זוכן א נײ לאנד. נאך 13 יאר װוינען אין אונגארן, האב איך געמוזט מײן װארשטאט פארקויפן. מײן פרוי איז מםכים אז נאר איך אלײן זאל דערװײל פארן גאך אמעריקע. איך פארלאז אלזא אונגארן אין דעם טאג פון דער 12־טער יארצײט נאך מײן פאטער (ער איז געשטארבן כ׳ חשון תר״ע, דעם 4־טן נאװעמבער 1909). דעם 21־טן נאװעמבער 1921 פארלאז איך מײך װוין־ארט די שטאט מישקאלץ אויפן װעג נאך האמבורג, דײטשלאנד. אין ערשטן דעצעמבער פאר איך אפ נאך נױ־יארק מיט דער שיף ״מאנט קעראל״.
אנגעקומען זעגען מיר אין נױ־יארקער האפן דעם 10־טן דעצעמבער אויף דער נאכט. צומארגנם גאנץ פרי האט מען אונדז מיט קלענערע שיפן אפגעפירט אין ״קעםל־גארטן״, אויף א קלײנעם אינדזל, װאם איז שוין געװען איבערפולט מיט נײע עמיגראנטן. צוליב דער נײ געשאפענער קװאטע װאס איז ארײן אין קראפט דעם ערשטן ױלי 1921 זענען אלע פארהאלטענע עמיגראנטן אויםגעשטעלט געװען פריער אדער שפעטער צוריקגעשיקט צו װערן. אויף אן אינטערווענץ פון ״האיאס״ האט מען אבער אפגעשריגן די גזירה. דעם 23־טן דעצעמבער האט דער פרעזידענט הארדינג צוליב די קריםט־ לעכע חגאות אמנעםטירט אלע אינטערנירטע אויף ״עלים אײלענד״. גאכן פארלאזן ״עלים־אײלענד״ בין איך אװעק צו מײן שװעסטער. אין הויז האבן גאך די שבת־ליכט געברענט. אויפן טיש, װאם איז געװען איבערגעדעקט מיט א וױיםן טישטוך, זענען געשטאנען צװײ גרויםע זילבערנע לײכטער, װאם האבן דערמאנט דעם פרײטיק־צונאכט פון דער אלטער הײם. אויפן צװײטן טאג פון יאר 1922 האב איך באקומען ארבעט אלס שלאסער. איך האב אנגעהויבן פארדינעז געלט... אזוי האט גענומען גאנצע 5 יאר ביז איך האב געקענט מײן פאמי־ ליע אריבערברענגען. מײן ליבע פרוי האט אײנגעזען, אז פאר מיר איז מער נישטא קײן צוריק. אין נאװעמבער 1926 איז מײן פאמיליע אגגעקומען קײן נױ־יארק. די כאלערע־עפידעמיע אין כמיעלניק
דאס איז געװען אין יאר 1894, װען אן עפידעמיע האט ארומגעכאפט גאנץ פוילן. אנגעפאנגען האט עם זיך איי די גרויסע שטעט. װען די עפידעמיע האט זיך שוין געהאט פארשפרײט אין קיעלץ, האט מען שוין אין כמיעלניק געגעבן אינסטרוקציעם, װי אזוי די אײנװוינער זאלן זיך האלטן, װען דאם זאל חלילה אויך טרעפן כמיעלניק. לײדער האט מען לאנג נישט באדארפט װארטן• דאם איז געװען, װי איך געדענק, א דרײ װאכן נאך פםה, םפירה־צײט, די װאך פון ל״ג־בעומר, תרנ״ד, װי עם האבן זיך שוין אנגעהױבן זען םימנים פון דער כאלערע. די ערשטע טויטפאלן זענען געקומען פון די ארומיקע דערפער בײ כמיעלניק. איצט ערשט האט דער מאגיםטראט ארויסגעגעבן באפעלן. אין נארמאלע צײטן װאלטן די ײדן דאס אנגענומען פאר שרעקלעכע גזירות( א. פונאנדערלאזן אלע חדרים, ב. פארמאכן אלע בתי־מדרשים, אויך די שול ארײנגערעכנט, ג. קײן טארג װעט נישט פאךקומען. די אלע בעלי־בתים, װאם האבן אײגענע הײזער, זאלן מיט הײםן קאלעך אויםגיםן אין פראנט פון זײער הויז דעם רינשטאק. בײ דער שװעל פון ארײנגאנג אין א װוינונג זאל באגאםן װערן מיט קארבא־. מען זאל זיך אויסמיידן צוזאמענצוקומען מיט מענטשן. נישט דערלאנגען די האנט אײנער דעם צװײטן. די אלע איגםטרוק־ ציעם האט מען פרובירט אדורכצופירן. געהאלפן האט אבער דאס זײער װײניק. מענטשן האבן אנגעהויבן פאלן פון די פיס.
די שטאט האט אויף דער שנעל געלאזט ארונטערברענגען פון קיעלץ 2 דאקטוירים, אװדאי נישט קײן ײדן. אויף אײנעפ האט מען אפילו געזאגט, אז ער איז יא א ײד, װײל ער האט גערעדט יידיש, אדער דײטש. אײנעם, געדענק איך, האט מען גערופן ״דער געלער דאקטאר״, װײל ער האט געהאט רויטע האר און איז געװען זײער א שטרענגער, און דער אנדערער איז געװען מער צוגעלאזן. ער פלעגט רעדן צום קראנקן, זיך אדורכשמועסן מיט דער פאמיליע, א.א.װ. אויך איך אלײן האב מיטגעמאכט דעמאלט די שלאפקײט• נישט הײנט געדאכט און נישט פאר קײנעם געדאכט, בין איך געלעגן צו בעט גאנצע 6 װאכן. אלט בין איך געװען אינגאנצן 8 יאר. עם איז נישט געװען א הויז, װאס האט נישט געהאט א קראנקן ליגן אין בעט. די 2 דאקטורים און אויך די פעלטשערם