Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 102
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-726

195 פנקם כמיעלניק 196 פון כמיעלניק זענען אויםגעמאטערט געװארן, ארומלויפנדיק פון הויז צו הויז. פרויען און קינדער פלעגן לויפן אין גאה רופן דעם דאקטאר פון פארצװײפלונג, כאפן אים בײם האנט און פירן אים צו דעם הויז, װו דער קראנקער האט זיו געפונען. ער האט אבער וױיט נישט געקענט גײן, װײל בײ יעדן הויז איז װער געשטאנען אין דרויםן און געװארט אז דער דאקטאר זאל צו זײ ארײגקומען• די דאקטוירים האבן אבער געזען, אז עם װעט פאר די זײן אוממעגלעך צו באזוכן יעדן קראנקן אין הויז, דאן איז עס אויך א געפאר פאר די פאמיליעם, אז זײ אלע זאלן אויך אנגעשטעקט װערן פון דער קראנקהײט. זײ האבן גע׳עצהט אײנצופירן צײטװײליקע שפיטאלן. זײ האבן גערעדט מיטן בורמיםטזש, און דער בורמיסטזש האט גערופן דעם ראש־ הקהל און אויף מארגן זענען שוין געװען צװײ גרויםע שפיטאלן.

passage_e530d5d32bebaedf10b4ad33
Passage 2normalized OCR · source chars 728-1343

אין דעם פראסטן בית־מדרש און אויך די שול האט מען גלײך גענומען רײניקן די װענט, אויםוױיסן מיט קאלעך און די דילס (פאדלאגע) װאשן און אויםגיסן מיט קארבאל. פון די סטאלארעס, װאם האבן געהאט פארטיקע בעטן, האט מען בײ זײ אפגעקויפט און אויך געלאזט צומאכן נאך בעטן, גאנץ אײנפאכע, צײטװײליק פון ברעטער. אזוי האט מען גענומען אויםשטעלן די בעטן. מען האט געבראכט פרישע שטרוי און די לײלעכער און קישנס האבן געגעבן די פארמעגלעכע באלע־ באסטעס. מען האט אויך אײנגעארדנט א פרײע קיך, טאקע אין דער צװײטער זײט פון דעם פראסטן בית־מדרש, װו דער פרויען־ארײנגאנג איז געװען. עם האבן זיך אויך געשאפן חברות ביקור־חולים, לינת החולים — אי פרויען אי מענער.

passage_21cbe47152abdb64a001217f
Passage 3normalized OCR · source chars 1345-2385

עם איז אבער געװארן אין שטאט א גרויםע בהלה. דער פארקער האט זיך אויטאמאטיש אפגעשטעלט. די געװעלבער האבן זיך צוגעמאכט. די בעקערם האבן נישט געבאקן. מען האט גישט געארבעט. מען האט נישט פארדינט. מענטשן האבן געהונגערט. מער, װי דאס, װאם איז געװעזן אין הויז׳ האט מען נישט באקומען. אלע שפײזן זענען אויסגעגאנגען. א חוץ קארטאפל. דאס פלעגט יעדע באלעבאסטע אנגרײטן פון אײן הארבםט ביזן צװײטן, די יאטקעס האבן זיך אויך פארמאבט. די קצבים האבן נישט געהאט קײן פלײש צו פארקויפן, װײל קײן לעבעדיקע בהמות האבן די פויערים נישט געבראכט אין שטאט ארײן, איז נישט געװען װאם צו שעכטן. װען אפילו יא, װאלט אויך גישט געװען פאר װעמען... װײל׳ אויסער די קראנקע, װאם די שפיטאלן זענען שוין געװען איבערגעפולט מיט זײ, איז שוין כמעט קײנער נישט פארבליבן אין שטאט. די אלע, װאם האבן נאך געקענט גײן אויף זײערע פים, זענען זיך צעלאפן אין דעם נאענטן ״שלאט־ קאװער װאלד״ װאס האט זיך געצויגן א מהלך מײלן, לעבן װעג צװישן כמיעלניק און בוםק. בוםק איז געװען א דאטשע־שטעטל פון מינעראל און נאטור־ װארעמע בעדער• קײן בוסק פלעגט מען אפילו קומען פון וױיטן רוםלאנד. אבער כמיעלניק איז געװען אזוי נאענט- און

passage_83b04a8cadd5d9f138a8acd7
Passage 4normalized OCR · source chars 2387-3012

דאך אזוי װײניק געװוסט װעגן די נאטור־אוצרות פון דעם שטעטעלע בוםק... דערפאר געדענקען אבער די כמיעלניקעד ײדן, װי אזוי די בוםקער ײדן זענען געקומען צו הילף אין דער צײט פון די שלאפקײטן און זײ אפגעראטעװעט פון הונגר־טויט. עס האט זיך ארויסגעװיזן, אז װי שטארק די כאלערע־עפידעמיע האט שוין געהאט ארומגעכאפט כמיעלגיק, האט עם אבער נאך נישט געהאט דערגרײכט בוסק. עם איז געװען א מאדנער צופאל... מען האט נישט געװוםט װעמען צוצושרײבן דעם גרויםן נם. מענטשן האבן געװאלט טרעפן דעם װונדער, האט מען געזאגט — אפשר דערפאר, וױיל בוםק שטײט אויף א בארג און כמיעלניק ליגט אין א טאל, און אפשר טאקע האט דער שלאטקאװער װאלד נישט אדורכ־ געלאזט די כאלערע־באצילן.

passage_af5d4f8f65c79e2cbd228cdd
Passage 5normalized OCR · source chars 3014-4244

די בוסקער ײדן האבן געבאקן גענוג ברויט, אבער כדי דאס ברויט אריבערצוברענגען קײן כמיעלניק האט מען געברויכט צו האבן פורן. בעלי־עגלות זענען געװען גענוג אין כמיעלניק. אבער אײנער איז געװען אין יענער צײט, װאס האט זיך אויסגעצײכנט מיט זײן גוטסקײט־ דער שפיליטער משה סמאלאזש ע״ד״ װאם האט אנגעפירט מיט טראנם־ פארטאציעס פון כמיעלניק קײן װארשע און פון װארשע געבראכט פארשידענע מאטעריאלן און םחורות קײן כמיעלניק. ער האט געהאט א גרויס הויז מיט .א דורכפאר פון אײן גאס אין דער צװײטער. פון אײן זײט הויף זענען אויך געװען די די םטאינעם פאר די פיל פערד און פון דער צװײטער ־וײט פון הויף זענען געשטאנען װוינונגען פאר זײן אײגן געברויך און אויך פאר די מענטשן בעלי־עגלות װאס האבן פאר איפ געארבעט. איך געדענק אויך, אז אן עקסטרע גרוים צימעד כון זײן גרויםער װוינונג האט ער אפגעגעבן פאר דער חברה בעלי־עגלות, װאס האבן געהאט אן אײגעגע םפר־תורה און מען האט דארט געדאװנט יעדן שבת און ױם־טוב. איך געדענק אויך, מיט יארן שפעטער, װען עס האט פאםירט אז משה םמאלאזש איז זײער שטארק פארשלאפט געװארן און מען האט אים געמוזט איבערפירן קײן װארשע, האט דער גבאי פון חברה בעלי־עגלות מיכאל פאםטערנאק געהײםן ארויס־ נעמען די ספר־תורה פון משה םמאלאזש און דאם אריבער־ טראגן צו פםח קאװאל און פון דאן אן האט מען שוין געדאװנט בײ פסח קאװאל. מײן פאטער ע״ה איז געװען זײער שטעג־ דיקער בעל־תפילה.

passage_e44d48e64d3f3f64a578a9b8
Passage 6normalized OCR · source chars 4246-4709

אט צו דעם משה םמאלאזש האט זיך דער דעמאלסטיקעד ראש הקהל געװאנדן, אז ער זאל אװעקשיקן א דרײ פורן קײן בוםק און זײ זאלן פון דארט ברענגען ברויט. משה םמאלאזש האט גלײך געהײםן זײנע מענטשן שפאנען פערד און װאגן און גאנץ פרי אװעקגעפארן קײן בוםק מיטנעמענדיק מיט זיך אויך דרײ קהלישע פארטרעטער, אז זײ זאלן אײנקויפן דאס ברויט. שוין ארום מיטאג־צײט זענען די דרײ פורן געװען צוריק. זײ זענען געװען געלאדנט פול מיט ברויט, װאס איז געװען באדעקט מיט װאסער־פלאכטעם, כדי דאס ברויט זאל זײן

passage_770bba004d672923ad4eeaa0