Original scan
Original memorial-book scan 103
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-609

197 משה לײוער מינץ — מײ:ע זכרונות 198 באשיצט פון דער שלעכטער לופט אדער רעגן. מערקוױרדיק איז דער פאקט׳ אז װען מען איז געפארן ברענגען דאם ברויט, האט מען אנגעזאגט די בעלי־עגלות׳ אז זײ זאלן װעגן דעם מיט קײנעם נישט רעדן. װי דערשטוינט זענען אבער די קהלישע שליחים געװען׳ װען צוקומענדיק נאענט צום שלאט־ קאװער װאלד, איז שוין דארט געשטאנען א גרויסער עולם מענטשן און אויך קינדער װאם האבן געשריגן־ — ברויט, ברויט, ברויט ! די בעלי־עגלות האבן זיך נישט אפגעשטעלט און זענען נעפארן װײטער, און דער עולם איז זײ נאכגעלאפן ביז אין שטאט ארײן. און װען די פורן האבן זיך אפגעשטעלט אין מארק, איז שוין דארט געשטאנען א גרויסער עולם•

passage_77647a3b298f8b02f702213d
Passage 2normalized OCR · source chars 611-1475

דערװײל איז דער דאזאר ארויםגעקומען מיט זײנע שרײבערס, כדי צו בארואיקן דעם פארזאמלטן עולם, אז עם איז דא גענוג ברויט פאר יעדן אײנעם. דער דאזאר האט אויך באמערקט, אז פאר דעם ברויט דארף קײנער נישט באצאלן, װײל די געמײנדע האט געקויפט דאם ברויט פון איר אײגענער קאםע... אזוי איז דער ערשטער טראנםפארט ברויט אויםגעטײלט געװארן צו יעדנס צופרידנקײט און אזוי האט מען געבראכט כםדר ברויט פון בוסק, פילײכט צװײ אדער דרײ מאל א װאך. די כאלערע־עפידעמיע האט אבער ■װײטער געבושעװעט. יעדן טאג זענען געװען עטלעכע טױט־פאלן. די לװיהס זענען געװען עפנטלעכע׳ דאם הײסט אז די משפחות האבן געקענט נאכגײן אדער באגלײטן זײער פארשטארבענעם אםתר שטראך ז״ל אײנע פון די געבליבענע מצבות פון חרוב־געװארענעם בית הקברות צום בית־הקברות. שפעטער אבער איז דאס אויך מער נישט דערלויבט געװארן. װען אײנער איז געשטארבן האט מען אים שטילערהײט געבראכט צו קבורה, און דאם בעטצײג — ארויסגענומען הינטער דער שטאט און פארברענט...

passage_261bb7ec967456d2dcefad46
Passage 3normalized OCR · source chars 1477-2241

דאם איז געװען די ארבעט פון דער שטאט־מאכט, װײל אין יעדן טויטנפאל האט מען געמוזט לאזן װיםן דעם מאגיםטראט, װאס האט גלייך געשיקט 2 סטרוזשעס. זײ האבן די אלע זאכן באגאםן מיט קארבאל און אװעקגעפירט צום פארברענען... די שטאט כמיעלניק האט געהאט איר שטענדיקן קבורות־ מאן׳ װאס האט געוװינט בײ דעם ארײנגאנג צום בית־הקברות. דאם נײע גוטע ארט, װי מען האט דאם גערופן אין מײנע קינדער־יארן, איז געשטאנען אויף א זאמדיקן בארג. דער אלטער בית־עולם האט זיך געגרענעצט מיטן שולהויף. פון דרײ זײטן איז ער געװען ארומגעצוימט מיט א הילצערנעם פארקאן און די פערטע זײט, װאם האט זיך געגרענעצט בײ דער ״מריצע״ איז געװען אויפגעשטעלט א שטײגערנע מויער. נישט אײן מאל האבן מיר, קלײנע חברה, זיך ארויפגעדראפעט אויף דעם מויער אין א געװעט, װער עס װעט שנעלער לויפן — צי איך אויף דער מויער, צי דער אנדערער אונטן...

passage_f6aadcbacdb6a59f5c9848db
Passage 4normalized OCR · source chars 2243-3335

נאך עפעם האבן מיר געהאט אויפן .אלטן בית־עולם׳ װאס האט אונדז׳ קלײנע קינדער, פאראינטערעםירט — דאם איז געװען דער ריזיקער פרוכט־בוים, װאם איז געװען יעדן זומער באהאנגען מיט קלײנע בירנדלעך, װאם מען האט זײ גערופן אויף פויליש לעזאלקעס. אט דער דאזיקער בוים איז געשטאנען זײער נאענט צום שול־הויף, פלעגן מיר, קלײנע חברה׳ אריבערקלעטערן דעם פלויט און ארונטער־ קלאפן די בירנדלעך. געגעםן פון זײ האבן מיר נישט צוליב צװײ טעמים : ערשטנס זענען זײ געװען נאך זײער גרין, אז װען מען האט אײנגעביםן אין אזא בירענדל, איז עס געװען אזוי זויער׳ אז עם האט געקענט א טויטן לעבעדיק מאכן. און צװײטנס האבן מיר, קינדער, געהאלטן, אז א פרוכט, װאס װאקםט צװישן מתים׳ איז טמא׳ אבער דאס האט אוגדז נישט צוריקגעהאלטן פון דעם פארגעניגן, אז מיר זאלן ארונטער־ קלאפן די בירענדלעך פון בוים... דער קבורות־מאן, זײן נאמען איז געװען איטשע װאלף גרעבער׳ האט געוװינט מיט זײן משפחד״ טאקע אויף דעם בארג, אין דעם ארײנגאנג צום גוטן ארט. דאם הויז איז געװען א הילצערנם און געשטאנען הארט בײם צוים. דאם ״גוטע ארט״ איז געװען ארומגעצוימט מיט א שטײנערנער װאנט, אזוי אז עם האט נישט געהאט קײן צװײטן ארײנגאנג׳ נאר דורך דעם הויז, וװ איטשע װאלף גרעבער האט געװוינט.

passage_bf713ec3afb96e4722b4d432
Passage 5normalized OCR · source chars 3337-3683

די דירה איז באשטאנען פון אײן גרוים צימער מיט צװײ גרויםע פענצטער, װאס האבן ארויםגעקוקט צום פראנט פון בארג׳ װו עם זענען אויך געשטאנען די ברינעמער. פון דארט פלעגן זײ שעפן װאסער פארן אײגענעם געברויך און אויך פאר דעם געברויך פון מטהר זײן די מתים... אפגעזונדערט איז געװען נאך א צימער מיט א באזונדערן ארײנגאנג, מיט אײן פענצטער, װאס האט ארויםגעקוקט אויף

passage_614590389a4ab61d8c6dc745