199 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 200 די קברים. דאס צימער האט מען גערופן קמ־ות־שטיבל. דארטן זענען געשטאנען אלע מכשירים, װאם מען האט גענוצפ פאר דער ״טהרה״• אין נארמאלע צײטן׳ װען עס האט געטראפן א טויט־פאל; האבן די חברה־קדישא פון דאנען גענומען די מכשירים צו דעם הויז, װו דער געשטארבענער איז געױען, און דארט זײן רעכט געטאן. אין דער עפידעמיע־צײט אבער, האט מען דאס נישט געקענט טאן, װײל דער שטאט־ראט האט געהאט פארבאטן, װײל די טויט־פאלן האבן שוין דערגרײכט פון 12 ביז 15 א טאג...
איטשע װאלף גרעבער װי איך געדענק אים׳ איז געװעו א שטארק געבויטער ײד, אין די מיטעלע יארן, הויך געװיקםיק מיט א שװארץ בערדל, אין װעלכן עם האבן זיך שוין באוױזן װײםע און זילבערנע פעדעמלעך. ער האט געהאט א פאר שטארקע לאנגע הענט און לאנגע פים, און אלם קברן האט ער געקענט זײן מלאכה זײער גוט. אין דער איצטיקער ביטערער צײט איז אבער פאר אים געװען זײער שװער אלײן אומגײן מיט דער אומגעהױערער שװערער ארבעט, הגם ער האט געהאט מיט זיך נאך צװײ ײדן קברנים און זײנע זין האבן איך אויך ארויםגעהאלפן, קהל האט אײנגעזען, אז מען דארף האבן נאך מענטשן, האט דער ראש־הקהל געלאזט רופן די צװײ אויבן־דערמאנטע חברות — ביקור חולים און לינת החולימ און האט זײ אנגעװיזן אויף דער נויטװענדיקײט צו שאפן נאך א חברד״ א חברה ״נושאי מיטה׳/ װעמענס מיטגלידער זאלן ארויסטראגן די מתים צום בית־הקברות און אויך העלפן זײ מקבר וײן. איך געדענק, װי צװײ ײדן האבן פרײװיליק אנגענומען ארויסצוהעלפן איטשע װאלף גרעבער אין זײן ארבעט. זײערע נעמען זענען געװען משה דאלוס און משה בארמיש. זי ארבעט איז א ביסל פארלײכטערט געװארן פאר איטשע װאלף גרעבער, אבער מען האט נאך אלץ געברויכט צו ארבעטן שװער, כדי צו קענען מקבר זײן די אלע מתים, װאס האבן זיך אנגעקליבן דורך דער נאכט און צוגעקומען דורכן מאג.-.
אן עפיזאד װאם עס את פארגעקומען ערב־שבועות. לעבן דעם שלאטקאװער װאלד? די מענטשן, װאס האבן געװאוינט אין װאלד, האבן זיך געגרײט צום ױם־טוב. קײן סך ארבעט איז דארט אין װאלד נישט געװען, זײ זענען דאך געװען פטור פון דעם װאם מען פלעגט טאן אין יעדן הויז, רײניקן און װאשן און באפוצן די שטוב מיט גרינע צװײגן און אויסלײגן גרינע טאטרעם אויפן דיל (פאדלאגע), װאם יעדע פאמיליע האט דאס אלײן געמוזט באזארגן. די װאלד־ אײנװאוינער, װאם האבן דארט אויפגעשטעלט זײערע צײט־ װײליקע פאלאטקעס, האבן דאך נישט געהאט קײן שװערי״ קײטן אויםצופוצן מיט גרינע צװײגן בלעטער און זײער דיל איז שוין געװען פון דעם נאטירלעכן גראז... נאר אײן זאך, װאס האט געפעלט בײ די װאלד־מענטשן איז געװען ברױט. עס איז ערב־ױם טוב, א האלבער טאג איז שוין אװעק און קײן ברויט איז נאך נישטא... די ײדן אין װאלד האבן געװאוםט, אז דרײ פורן רארפן ברענגען ברויט, אבער װי עם האט זיך שפעטער ארויםגעװיזן, האבן זײ זיך פארשפעטיקט. איך מיט מײנע נאך צװײ חברים, װאמ אונדזערע עלטערן האבן נישט פארלאזן די שטאט, האבן צװישן זיך אפגערעדט, אז מיר װעלן גײן אויפן בוסקער װעג ברענגען גרינע טאטרעם און בײמער אויםצופוצן אונדזערע הײמען לכבוד שבועות. אז מיר זענען ארויםגעקומען אויפן בוםקער װעג, רופט זיך אפ אײנער פון מײנע חברים :
״לאמיר גײן אין שלאטקאװער װאלד און צוריקװעגס װעלן מיר שוין אויך ברענגען די בײמער און טאטרעס״... אז מיר זענען שוין געקומען זײער נאענט צום װאלד, האבן מיר שוין געקענט הערן װי דער עולם שרײט: ״ברױטז״ פון יענע דרײ פורן, װאם זענען גאנץ פרי געפארן קײן בוסק ברענגען דאם ברויט, איז דאס געװען די ערשטע פור, װאפ האט זיך געאײלט אין שטאט ארײן, װײל זי האט געפירט װײצן ברויט פאר די קראנקע אין די שפיטאלן. אומזיסט האט דער שליח הקהל, דער ײד, װאס האט באגלײט דעם בעל־עגלה• זיך געבעטן בײם עולם נישט צו פארהאלטן די פור, או די אנדערע צװײ פורן װעלן גלײך אנקומען און זײ װעלן האבן גענוג ברויט פאר אלעמען... דער עולם האט אבער געטענהט זײנם : — ״נײן, מיר װעלן אײך נישט לאזן פארן אין שטאט׳ ביז די אנדערע צװײ פורן װעלן נישט אנקומען י״
דערװײל האט מען שוין געקענט זען פון װײטן די צװײ פורן אנקומען, און דער עולם האט זיך א לאז געטאן צו די פורן. די קהל־פארטרעטער זענען ארונטער פון די פורן און האבן זיך אדורכגעשמועםט און עס איז געבליבן, .אז די ערשטע פור מיט דעם װײםן ברויט זאל גלײך ארײנפארן אין שטאט, און דאס ברויט פונאנדערטײלן אין די שפיטאלן, אין זײ װעלן אױסטײלן דאם ברויט פון זײערע 2 פורן צו די ײדן■ װאם װאוינען אין װאלד. װא:ם עם װעט דערנאך בלײבן, װעט מען אויםטײלן צו די ײדן-װאם זענען נאך פארבליבן אין שטאט. אװי װי מיר זענען אויך דארט געװען׳ האין מיר אויך באקו־ מען יעדער א ברויט און געלאפן אהײם מיט א פרײד. דערװײל איז שוין געװארן שפעטלעך נאך מיטאג. איך האב דערמאנט מײן פאטער, אז מען דארף אנקלעפן די רײזעלעך אויף די פענצטער. מײן פאטער האט זיך געבײזערט אויף מיר: — ״װעמען ליגט הײנט אין זינען רײזעלעך ?״ איך האב זיך צעװײנט און געזאגט, אז שטענדיק האט מען ערב שבועות אנגעקלעפט די רײזעלעך אויף די פענצטער׳ װאס עפעם הײנט נישט? מײן פאטער האט ארונטערגענומען פון שאגק דעם מחזור. װאו די רײזעלעך האבן זיך געפונען, און געזאגט צו מיר : — ״װילסטו זײ אנקלעפן ? — מײן קאפ איז נישט דערבײ״. איך האב מיט פרײד ארויםגענומען די רײזעלעך פון מחזור
און געבעטן בײ מײן ליבער מוטער אביםל װײסלעכץ פון אן אײ און האב גענומען קלעפן. כדי אז איך זאל דערגרײכן די אויבערשטע שויבן פון פענצטער האב איך געמוזט צושטעלן