205 משה לײזער מינץ — מײנע זכרונות 206 אויף די טישן זענען געװען אנגעשטעלט פארשידענע משקאוד״ און צוצובייםן. די מחותנים מיטן חתן און די בלי־קודש און אויך אנגעזעענע בעלי־בתים האבן זיך אויסגעזעצט בײ אײן טיש און די פרויען מיט דער כלה בײ דעם צװײטן טיש. מען האט געטרונקען לחײם, געװונטשן מזל טוב צו חתן־כלה און דער אויבערשטער זאל שיקן א רפואה־שלמה צו אלע קראנ־ע ײדן... מען האט געזאגט די שבע־ברכות און געבענטשט. דאן האט מען געדאװנט מערב און די יתומים האבן געזאגט קדיש. דער עולם האט זיך גענומען פאנאנדערגײן, די מחותנים האבן אהײמגעפירט חתן־כלה, אין הויז פון דער כלהם עלטערן. אט אזוי האט מען אדורכגעפירט אין כמיעלניק א חתונה מיט א שװארצער חופה אויפן בית־עולם, פאר א םגולד״ בדי אפ־ צושטעלן די כאלערע־עפידעמיע.
נאך א םך יארן האבן במיעלניקער ײדן געהאט צו דערצײלן װעגן דער םגולה מיט דער שװארצער חופה. און איך מיז צוגעבן, אז א נס איז געשען. מען האט געקענט זען די גרויסע ענדערונג אין שטאט — די שטערבלעכקײט האט כמעט אויפ־ געהערט. פרישע קראנקע זענען אויך נישט צוגעקומען, אץ די קראנקע׳ װאס זענען נאך געלעגן אין די שפיטאלן, זענען צוביםלעך צו זיך געקומען. דערװײל איז שוין געװען נאענט צו ראש חודש אלול, און קהל האט געהײםן אויסרײניקן די בתי־מדרשים און אויםװײםן די װענט. די ארבעט איז אנגע־ גאנגען פיבערהאפטיק׳ װײל מ׳האט געװאלט דעם בית־המדרש צוגרײטן פאר שבת, װען מ׳װעט בענטשן ראש חודש אלול. מיט דער שול האט מען געהאט א םך מער ארבעט. זי איז קוים צוגעגרײט געווארן אויף ראש־השנה. און די ײדן װאם האבן געװוינט צײטוױיליק אין װאלד מיט זײערע פאמיליעס, האבן אנגעפאנגען צוריקצוקומען אין שטאט ארײן. ביםלעכװײז האבן זיך די קראמען אויפגעמאכט. די בעקערס האבן װידער אנגעהויבן באקן און די בעלי־מלאכות׳ יעדער בײ זײן פאך, האבן צוריק אנגעהויבן ארבעטן.
דער ערשטער מאדק, װאם האט זיך געשטעלט נאך די שלאפקײטן, איז געװען א ברכה פאר כמיעלניק. די פוי־ ערים האבן ארײנגעבראכט פון אלעם גוטן־ פארשידענע פרישע פרוכטן, טערקישע וױיצן, נײע קארטאפל, מערן, ריבן און גאך און גאך א םך אנדערע פראדוקטן. דער עולם איז געװען אויסגעהונגערט און אלץ האט זיך גוט אויספארקויפט. די פויערים האבן אויך געהאט געלט אײנצוקויפן זאכן פון שטאט. און אזוי האט זיך דאס בעל־הבתישקײט צוריק אײנ־ געשטעלט אין שטאט און דארף• די אײנציקע פלעצער, װעלכע האבן אונדז דערמאנט די פארגאנגענהייט, זענען געווען די בתי־מדרשים. ווען מען איז ארײנגעקומען דאװענען אין בית־מדרש אין דערפרי, אדעד פארגאכט צו מינחה־מעריב, האט מען געקענט זען אז א גרעסערע העלפט פון די מתפללים זענען יתומים. קינדער און דערװאקםענע, װאס זאגן קדיש. די שטאט פײערט דעם צארס קאראנאציע
דאם יאר 1894 האט געהאט צו פארצײכענען נאך א בלעטל געשיכטע. אין דעם יאר איז פארגעקומען דאס קרוינען פון דעם לעצטן צאר פון רוםלאנד, ניקאלאי דעם צװײטן. דאם איז פארגעקומען אין מאנאט אקטאבער, אין מיטן גרויסן מארק האט מען געגראבן א טיפן גרוב און מען האט דארט ארײנ־ געשטעלט א שװערן הויכן קלאץ באשמירט מיט א כעמיק. װאס האט געמאכט דעם קלאץ גליטשיק אז עס איז געװען אוממעגלעך זיך אויף אים ארויפצוכאפן. צו װאם האט מען דאם געברויכט צו מאכן אזעלכע שװעריקײטן ארויפצוקלע־ טערן אויף דעם קלאץ י צװײ אורזאכן זענען געװען דערבײ. דער מאגיסטראט האט געװאלט אדורכפירן די קאראנאציע עס זאל זײן מער אינטערעםאנט פארן עולם. איז נומער 1 האבן זײ באשטימט א פרימ פאר דעם, װאס װעט ארויפקלע־ טערן אויפן קלאץ׳ און נומער 2 האט מען אזוי באשמירט דעם קלאץ עם זאל זײן אזוי שװער ארויפצוקלעטערן, אז די װאס װעלן דאם פרובירן, זאלן זיך ארונטערגליטשן■ װעט עס ארויסרופן געלעכטער. דער קלאץ איז געװען אויםגעארבעט משופעדיק, אונטן דיק און װאם העכער אלץ דינער און דינער. גאנץ אויבן אויפן שפיץ קלאץ איז געװען צוגענאגלט אן אפן קעסטעלע און א ביסל ארונטער צו, בײ א 30 צאל פון דעם קעסטעלע איז געװען ארײנגעארבעט אין קרײץ פון דעם םלופ אזא מין שטאפל, געמאכט פון אײזן׳ װאס האט ארויםגעשטארט פון בײדע זײטן פון סלופ.
די צוױי זאכן, דאס קעסטעלע און די שטאבע אײזן, האבן געברויכט צו דינען פאר צװײ באזוגדערע פונקציעם: אין דעם קעםטעלע, אויבן, האט זיך געפונען דער פרײז׳ די שטאבע אײזן איז געװען פאר דעם, װאם װעט זיך ארויפקריגן אויף דעם סלופ אין דער הויך, נאענט צו דעם קעםטעלע, אז ער זאל זיך קענען אנכאפן כדי זיך דארטן אביסל אפרוען, און קענען דערגרײכן די פרײזן פון קעםטעלע. נאך א זאך, װאס די מאגיםטראט־מענטשן האבן פארזען — װען מען האט אויפגעשטעלט דעם םלופ, האט מען אויף דער אײזן־שטאבע אנגעבונדן 3 שטארקע לאנגע שטריק, כדי צי קענען האבן קאנטראל איבער דעם םלופ אײדער ער װערט באפעסטיקט אין דעם גרוב. פון 3 זײטן האבן די ארבעטער געהאלטן די שטריק אנגעצויגן און די אנדערע ארבעטער האבן פארשאטן דעם גרוב און באפעסטיקט, אז ער זאל שטײן שטארק. דער בורמיסטזש האט זיך געלאזט גײן צום פלאץ, באגלײט פון זײנע מענטשן, און אײנער פון זײ האט אויך געהאלטן אין האנט די מתנה, איך מיץ דעם פרייז. דערוױיל איז זיך צוזא־ מענגעלאפן א גרויסער עולם און דער בורמיםטזש פרעגט בײ זיינע מענטשן, װער עס װעט ארויפקריכן אויף דעם סלופ און אװעקלײגן דעם פרײז. זײנע מענטשן ענטפערן אים, אז די ארבעטער, װאם זײ האבן געדונגען אויפצושטעלן דעם םלופ׳