Original scan
Original memorial-book scan 106
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1041

203 פנקם כמיןילניק 204 און מײן פאטער גיט א זאג : — ״שלאף׳ שלאף׳ אזוי האט געװאלט די השגחה״. איך בין װידער אײנגעשלאפן און װען איך האב זיו אוייפ־ געכאפט׳ איז שוין געװען גרויסער טאג. מײן פאטער האט שוין געהאט אויפגעמאכט די טירן און אויך די לאדגס פון די פענצטער. איך האב זיך שנעל אנגעטאן און זיך גרײט געמאכט מיטצוגײן מיט מײן פאטער צום דאװענען׳ װען מיר זענען אנגעקומען אין שול־הויף׳ איז שוין דארט געװען א גרויםער עולם. מ׳האט געזאגט קינות און גלײך נאכן דאװענען זיר גענומען גײן צום נײעם בית־עולם. אויפן װעג האבן מיר באגעגגט פיל ײדן׳ װאס זענען געקומען פון שלאטקאװער װאלד צו באזוכן די קברים פון זײערע אבות• אין פארהויז פון בית־עולם׳ האבן מיר געזען אויםגעלײגט צװײ רײען מיט מתים׳ איבערגעדעקט מיט שװארצע געװאנ־ טער. איך האב זײ איבערגעצײלט — 9 פון רעכטם און 9 פון לינקם. דאס איז געװען די גרעםטע צאל : 18 מתים זענען געװען אין דער נאכט פון תשעה־באב — און די גרעבערם האבן געארבעט שװער צוצוגרײטן 18 קברים. געװען אויך פאלן׳ װאו מען האט צוױי געלײגט אין אײן קבר — דאם האט געטראפן׳ װען אין א משפחה זענען געשטארבן א פאטער מיט א זון׳ אדער א מוטער מיט א טאכטער.

passage_865ad9eb42cb4c19ca84f957
Passage 2normalized OCR · source chars 1043-2066

דורכגײענדיק צװישן די צװײ שורות מתים׳ האב איך זיך שטארק געקלאמערט אן מײן פאטער׳ האב אים ארויס־ געשטופט פון דעם פארהויז צום ארויסגאנג פון בית־הקברוױ״ ארויםקומענדיק אויפן גוטן ארט האט מען געהערט גרויםע יללות פון .אלע זײטן׳ פון יתומים און אלמנות׳ װאם די כאלע־ רע האט בײ זײ צוגעגומען זײערע נאענטע. אויפן בית־עולם איז געװארן אזא געדרענג׳ אז מען האט קוים געקענט אױפזוכן די קברים פון אונדזערע אבות. צוקומענדיק צום קבר פון מײן זײדן׳ האט מײן פאטער געזאגט עפעס א תפילה פון א םפר׳ל און װען ער איז פארטיק געװארן׳ האב איך מיט יראת הכבוד ארויםגעצויגן מײן הילצערנעם שװערדל פון דער שײד און צוגעגאנגען נאענט צו דער מצבה און דאס דארט אײנגעשטעקמ. דערזעענדיק די ראשי־תיבות־אויפשריפט׳ דאס לעצטע װארט אויף דער מצבה תנצב״ה האב איך געפרעגט מײן פאטער װאם באדײט די אותױת. דאם זענען די ראשי־תיבות פון די װערטער ״תהא נפשו צרורה בצרור החיים״. — האט דער פאטער געזאגט. מיר׳ קלײנע חברה פון חדר׳ האבן אבער געהאט אן אײגענעם אויסטײטש פון די ראשי־תיבות ת נ צ ב ״ ה — טויטע נעמען ציגל בויען הײזער. ארונטערגײענדיק פון בית־הקברות׳ הער איך װי ײדן רײדן צװישן זיך :

passage_9e0b54ea99eedae2d6304782
Passage 3normalized OCR · source chars 2068-3246

— ״אזא מגפה איז נאך נישט געהערט געװארן׳ 18 מתים אין אײן טאג׳ ר״לו״ א צוױיטער ײד האט געטרײםט: — ״18 איז בגמטריה ח״י׳ לעבן. איך זאג אײך ײדן אז די מגפה װעט זיך אפשטעלן ו״ פונדעםטװעגן איז קהל נישט געזעםן מיט פארלײגטע הענט. די כלי־קודש האט װײטער געזאגט תהילים צװײ מאל א טאג. מען האט געזען׳ אז אלע ײדן׳ אפילו די װאם זענען אװעק אין װאלד׳ זאלן אויך זאגן תהילים... איצטער האט קהל זיך אויך גענומען שטעלן א חופה אויפן בית הקברות׳ א ״שװארצע חופה״• מ׳האט שוין געהאט צוגעגרײט אן אלט־פארזעםענער ארעמער בתולה. אויבאיךגעדענקקלאר׳איזזי געװען מילקע דעם םופרס טאכטער און עפעס אן עלטערער בחור׳ א בטלן װאס איז גראד געקומען קײן כמיעלגיק׳ װען די כאלערע איז אויםגעבראכן. ער האט זיך אויפגעהאלטן אין בית־מדרש׳ געטראגן האלץ און װאםער און גאך אנדערע שליחותן גע־ גאניען. דאס איז געװען צומארגנם׳ זונטיק נאן שבת נחמו. נאך האלבן טאג האבן זיך באװיזן צװײ רײטער אויף פערד, אנגעטאן אין רבנישע קלײדער — שטרײמלעך אויף די קעפ מיט אטלאסענע זשובעצעס׳ מיט גארטלען ארומגעבונדן. זײ האבן זיך אפגעשטעלט בײ דעם פראםטן בית־מדרש און הויך אויפן קול אויסגערופן די געמען פון די קראנקע ײדן׳ װאם האבן זיך געפונען אין די צײטװײליקע האספיטאלם און אוים־ גערופן : ״בעזרת השם׳ װעלן אלע קראנקע פון דער קהילה קדושה כמיעלניק׳ געזונט װערן !״

passage_5ca6ca484071265a86d4fb87
Passage 4normalized OCR · source chars 3248-4380

מיר׳ קלײנע חברה׳ האבן די פארשטעלטע רבנים גלײך דערקענט — אײנער איז געװען שמעון סטראדל דער קצב און דער צװײטער איז געװען משה יחזקאל דרוקאזש׳ דעד דאמסקער שנײדער. מיר האבן געענטפערט מיט אז אויסגע־ ,יװרײ : ״אמןז״ א גרויסער עולם האט זיך פארזאמלט בײ דער שול און בײ דעם בית־מדרש׳ װײל פון דאנען האט זיך אנגעהויבן דעד מארש צום בית־החײם. אזוי װי די חתונה מיט דער ״שװאר־ צער חופה״ אויפן בית־החײם איז געװען א קהלשע אונטער־ נעמונג׳ זענען די כלי־קודש געװען די גאנצע מחותנים. באלד איז געקומען דער ראש־הקהל מיט זײנע מענטשן און מען האט גענומען פירן דעם חתן צו דער חופה. אויך די פרויען האבן געפירט די כלה צו דער חופד״ די צװײ רײטער אויף די פערד׳ די פארשטעלטע רבנים, זענען געריטן פארויס און געמאכט פלאץ פאר די אונטערפירער׳ װאם האבן געפירט חתן כלד״ ארויפקומענדיק אויפן בית־החײם איז שוין געװען צוגע־ גרײט די שװארצע חופה אויף 4 שטאגגען און דער שטאט רב׳ ר׳ אברהם יצחק םילמאן׳ איז אויך שוין דארט געװען מיטן שמש און שטאט־חזן. מען האט זיך געשטעלט דאװענען מנחה. נאכדעם האט מען געםירט חתן־כלה צו דער חופה. דער רב אלײן איז געװען מסדר־קידושין און דער חזן האט געזאגט די ברכות. דער חתן האט מקדיש געװען די כלה׳ צעבראכן דאס גלעזל און אלע האבן אויםגערופן : ״מזל־טוב:״

passage_6fc435676e65ff2316603d85
Passage 5normalized OCR · source chars 4382-4630

און נאך דער חופה׳ װען מען איז ארײנגעקומען אין דעם גרויסן פירהויז׳ װאו איטשע װאלף גרעבער האט געװוינט׳ איז געװען ליכטיק. עם האט געהאנגען א גרויםער בליצלאמפ אין מיטן פון באלקן און צװײ לאנגע טישן זענען געשטאנען פון בײדע זײטן׳ באדעקט מיט װייםע טישטעכער,

passage_96d97a034b404d3b5a2736b6