Original scan
Original memorial-book scan 109
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1140

209 משה לײ ער מינץ — מײגע זכרונות 210 אז ער ד׳ינקט אונטער און ער איז געבליבן מיט דעם פעלער זײן גאנצן לעבן. שפעטער, רוען מאנעלע שולקלאפער איז געשטארבן, האט קהל אים ארויפגענומען אויף זײן ארט. דוד שעלמעק איז געװארן דער שולקלאפער פון כמיעלניק און אויך צעטראגן חתונה־ברױולעך צו די משפחות, װעלכע די מחותנים האבן אײנגעלאדן. דאם איז געװען א באלױנונג פון קהל פאר זיץ העלדישקײט אין טאג פון דער קאראנאציע. אן עירוב און א טויער, װאס איז אויפגעשטעלט געװארן פארן פעטערבורגער גענעראל-גובערנאטאר כדי מ׳זאל מעגן טראגן אום שבח און חם וחלילה נישט מחלל שבת זײן, האט זיך געשאפן א שטענדיקע חברה פון בעלי־בתים און בעלי־מלאכות. זײער אױפגאבע איז געװען אכטונג צו געבן, אז די עירובים, דאם הײסט די דראטן, װאס זענען געװארן אויסגעצויגן אין די געםלעך פון װאנט צו װאנט, זאלן נישט זײן איבערגעריסן. פיל פון די כמיעלניקער ײדן זענען געװארן מיטגלידער אין דער חברה עירובים. נאך דעם װי עם איז גערופן געװארן אן אםיפד״ איז ארויםגעשיקט געװארן אין שטאט א קאמיסיע צו באטראכטן די פלעצער, וװ דער עירוב איז געצױגן געװארן. ארויסגעװיזן האט זיך׳ אז פיל פון די געצויגענע דראטן זענען איבערגעריםן פון אלטקײט און פון ראםט, אז מען דארף האבן נײע דיקע דראטן, שטארקע טשװעקעס און אויך געהילץ...

passage_752b411b8b346680752a88a6
Passage 2normalized OCR · source chars 1142-2246

אזױ װי די קהלה האט נישט געהאט גענוג געלט פאר דעם צװעק, האט די אםיפה באשלאםן צו מאכן א געלט־זאמלונג. אײנמאל א װאך זאל מען גײן איבער דער שטאט און זאמלען געלט פאר די עירובים. די חברה עירובים האבן נישט געהאט קיץ מנוחה ביז אײנמאל האבן זײ גערופן א דרינגענדיקע אםיפה, כדי זיך אדורכצורעדן װי אזוי מ׳זאל דעם עירוב נישט קענען אזוי לײכט צעשטערן און מ׳זאל אויך נישט דארפן אנקומען צו דעם גוישן שומר. עס זענען געװען חשדים, אז ער אליץ קען אמאל איבערײסן דעם עירוב, אץ עם זאל הײםן אז עמיצער אנדערש האט דאס געטאן. אויף דער אםפה האט אברהם קאװאל פארגעלײגט צו בויען טויערן אויף די 4 גאםן, װאם פירן ארויס פון שטאט — די קיעלצער גאס, די פינטשעװער גאס, דער בוםקער װעג און דער שידלעװער װעג. װען אברהם קאװאל איז פארטיק געװארן מיט דעם מוס־ טער האט דער רב מיטן פארזיצער פון דער חברה עירובים. מיטן גאנצן כלי קודש באטראכט די 4 װענטלעך פון אלע זײטן. דער רב האט געזאגט, אז ער װעט נאכקוקן די דינים און אויב עם װעט זײן לויט דעם שולחן ערוך, װעט ער געבן זײן הסכמה. אבדהם קאװאל האט אבער נישט באװיזן צו מאכן מער װי די 4 װענטלעך װײל אין דעם יאר, 1894, גלײך נאך פםח, איז אויםגעבראכן די כאלערע־עפידעמיע, און ער איז געװען אײנע פון אירע קרבנות.

passage_46c153c33571f8c04e19e13e
Passage 3normalized OCR · source chars 2248-3431

גאך די ױם טובים האט דער רב, ר׳ אברהם יצחק, געלאזט רופן צו זיך דעם פארזיצער פון דער חברה עירובים און געגעבן זיץ הםכמה אויפן עירוב לויטן פראיעקט פון אברהפ קאװאל. די חברה האט באלד גערופן א פארזאמלונג און פארהאנדלט, אז פםח זאל אויםפארטיקן די עירובים לויטן מוםטער, װאס זײן פאטער האט געמאכט. דערװײל איז אבער אונטערגעקומען א מעשה װאם האט צײטװײליק געליױט דאס פראבלעם פון עירוג זינט איך בין געװען א קינד געדענק איך, װי צװײ ײדן פלעגן דאנערשטיק אדער פרײטיק ארומגײן איבער דער שטאט און קלײבן געלט פאר די עירובים. װי נאר זײ האבן אויפגעמאכט די טיר און זענען געבליבן שטײן אויף דער שװעל האט מײן ליבע מוטער גענומען א מטבע, זי מיר דערלאנגט און געזאגט: ״גײ׳ גיב דאם די ײדן״. איך האב גענומען די מטבע און בין שנעל צוגעלאפן צו די ײדן, װאם זענען געשטאנען אויף יענער זײט שװעל. זײ האבן מיר געגעבן א קניפ אין באק זאגנדיק א גוטן שבת, אדער א גוטן טאג, און זענען אװעק• נישט געקוקט אויף דער מסירת־נפש אפצוהיטן די גאנצקײט פון די עירובים האט אבער זײער אפט געטראפן, און דװקא פרײטיק־צו־נאכטם, איז דא־דארט אן עירוב איבערגעריסן געװארן. אין אזא פאל פלעגט מען שבת פרי אויםרופן אין אלע בתי־מדרשים, אז הײנט טאר מען נישט טראגן װײל אן עירוב איז איבערגעריסן געװארן. עפעם א געהײמע ״שװארצע האנט״ האט אפנים די עירובים צעשטערט•

passage_520ce50be8b3647d4771371d
Passage 4normalized OCR · source chars 3433-3458

פסח קאװאל מיט זײן פאמיליע

passage_a76f55b58921abb1e7d6e20c