211 סנקס כמיעלניק 212 אין אײנעם א טאג האט דער בירגערמײםטער געלאזט ררפן דעם ראש הקהל פון כמיעלניק און אים אנגעזאגט די בשירה, אז דורך כמיעלניק װעט אין עטלעכע װאכן ארום אדורכפארן פון פעטערבורג קײן בוסק א גרויםער אנגעזעענער מלוכה־ מאן און די שטאט דארף אים מאכן א שײנעם קבלת פנים. דער ראש הקהל האט גלײך גערופן אן אספה, װאס האט באשלאםן אויפצושטעלן אויפן בוסקער װעג אן ערן־טויער. די מונה איז דערבײ געװען דאם טויער זאל אויך דינען פאר אן עירוב. דער ראש הקהל האט באקומען די דערלויבעניש אויפצושטלן דאם טויער. אויף דער צוױיטער װאך האט דער בורמיםטש געלאזט װיםן דעם ראש הקהל, אז אין דעם און דעם טאג קומט אן דער גאסט, אין באשטימטן טאג, גאנץ פרי׳ האט א גרויסער עױ*מ אויםגעשטעלט זיך פון בײדע זײטן װעג, אנהײבנדיק פון דער קעלצער גאס איבערן מארק פון בײדע זײטן טומאה־גאס ביז צו דעם בוםקער װעג װו דער ערן־טויער איז געשטאנען. דער פויליש־רוסישער לערער פון דער שטאטישער שקאלע מארשינםקי איז געשטאנען מיט זײנע שקאלע־קינדער, ײדישע און נישט ײדישע ײנגלעך און מײדלעך. די מײדלעך האבן געטראגן וױיםע קלײדער אוז געהאלטן בלומען אין זײערע הענטלעך. די ײנגלעך זענען געשטאנען אויסגעשטעלט אין א גרופע װי א כאר.
דער לערער מארשינםקי מיט זײנע תלמידים זענען געשטאנען לעבן דעם קלײנם מארקל, נאנט פון מאגיסטראט. דארט איז אויך געשטאנען דער בורמישטש מיט זײן סװיטע אנגעטאז אין די ױם טובדיקע קלײדער... ארונטער צו, לעכן דער ״טומאה׳/ איז געשטאנען דער גלח מיט זײנע ארויםהעל־ פער און צום לעצט איז געשטאנען די ײדישע געמײנדע, גאנץ נאענט פון דעם ערן־טויער אויפן בוםקער װעג. דער ראש הקהל מיט א זילבערנער טאץ אויף װעלכער ם׳איז געלעגן א ברויט מיט זאלץ און דער רב, ר׳ אברהם יצחק סילמאן זצ״ל, אונטער א חופה מיט א ספר תורה אין די הענט ארום דער חופה זענען געשטאנען די כלי קודש מיט די שײנע באלעבאטים פון שטאט און די ײדישע קאפעלע׳ גרײט אויפצושפילן דעם רוםישן הימן.
באלד האבן זיך באװיזן 4 ווייסע פערד, געשפאנט לענגװײז, און א שװארצע קארעטע אין װעלכער עם איז געזעסן דער גרויםער גאסט מיט זײן פרוי. דאס איז געװען דער גענעראל־ גובערגאטאר פון פעטערבורג. אויף א צװײטער קארעטע זענען געזעסן זײנע באגלײטער. בײדע קאטשן האבן זיך אפגעשטעלט נישט װײט פון דעם טויער. דער ראש־הקהי האט זיך דערנענטערט צו דער קאטש מיט דער זילבערנער טאץ מיטן ברויט און זאלץ. דער רב מיט דעם ספר תויה אונטער דער חופה האבן זיך אויך גענומען דערנעענטערן. אבער אז דער גענעראל־גובערנאטאר האט דאם באמערקט, האט ער פארשטאנען, אז דאם איז א צו גרויסער כבוד. איז ער ארויסגעשטיגן פון קאטש און אקעגנגעגאנגען דעם רב, זיך מיט אים באגריסט און א קוש געטאן די ספר־תורה. אין דער רגע האט די ײדישע קאפעלע גענומען שפילן דעם רוםישן נאציאנאלן הימן. די מלוכה־לײט האבן אפגעגעבן ״טשעשטש״ מיט דער רעכטער האנט אויפן שטערן און אזוי געשטאנען ביז די קאפעלע האט געענדיקט שפילן. נאך דעם האט זיך דער גענעראל־גובערנאטאר געזעגנט און באדאנקט פאר דעם שײנעם קבלת פנים װאם מען האט פאר אים צוגעגרײט, אויך ײדן זענען געװען צופרידן — דער שײנער טויער װעט דיגען אלס כשרער עירוב.
באלד אבער װי דער קבלת פנים האט זיך געענדיקט, האט דער בורמיסטש גענומען צושטײן צום ראש הקהל מען זאל פונאנדערװארפן דעם טויער. קײן שום געבעט האט נישט געהאלפן. דער ראש הקהל האט אפילו געשריבן א פראשעניע אין דער גובערניע קײן קיעלץ דאס טויער זאל בלײבן. פון דארטן איז אבער געקומען אן ענטפער, אז די גוברניע מישט זיך נישט אין לאקאלע אנגעלעגנהײטן... װײזט אויס, אז ס׳איז אונטערגעטראגן געװארן א מסירהלע• אז ײדן װילן אויסנוצן דאס טויער פאר זײער רעליגיע... ז־אס איז געװען די הויפט־סיבה װאם דער בורמיסטש האט אזױ ענערגיש געהאלטן זיך בײ זײן פאדערונג. דער ראש־הקהל זאל צעשטערן דעם טויער. אין קעגנטײל װעט ער דאס אלײן לאזן טאן, אן דעם ראש הקהל׳ם װיסן. דאס איז געשען טאקע אין א פרײטיק־צו־נאכטס. װען ײדן זענען שוין געשמאק געשלאפן, האבן די שטאטישע סטרוזשעס, אויפן באפעל פון בורמישטש, אונטערגעזעגט די סלופעס, און אוים טויער.
זונטיק האט דער ראש הקהל געלאזט רופן די חברה עירובים מיט פסח קאװאל אז באין ברירה מוז מען צוריק־ קערן צום אלטן פלאן. די עירובים זענען טאקע פארענדיקט געװארן נאך די זעלבע װאך. און פון דעמאלט אן האט די חברה עירובים יעדן דאנערשטיק אװנט אויפגעשלאםן די אויפ־ געקלאפטע שענקלעך בײ די לעצטע הײזער פון די פיר עקן שטאט. אויף שנעל אויסגעצויגן די עירובים איבער דער ברײט פין דער גאס, און אויף דער אנדערער זײט גאס איז געשטאנען א םלופיקל מיט א האק, װו מען האט געקענט דעם עירוב צוטשעפען. פון דער צײט אן, װי די עירובים זענען אײנגעשטעלט געװארן אין די פיר עקן פון שטאט, האט די כמיעלניקעי־ חברה עירובים געהאט אביםל מנוחד״ מ׳האט געקענט טראגן אום שבת. די חסידים אבער האבן נישט געהאלטן דערפון. זײ האבן נאך שטענדיק געטראגן די פאטשײלע אויפן האלדז. די צעשטערטע חתונה צוליב אן אפמאך פון כמיעלניקער רב מיט די קלעזמארים אײנמאל האט דער כמיעלניקער רב ר׳ אברהם יצחק סילמאן ז״ל, געלאזט רופן צו זיך דעם מארשעליק פון כמיעלניק, דעם ראש פון די קלעזמארים און האט צו אים געזאגט בזה הלשון : — איך װײס, אז דו ױסף לײב, ביםט אן ערלעכער ײד, װיל