Original scan
Original memorial-book scan 111
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1191

213 משה לײ.ער מינץ — מײנע זכרונות 214 איך׳ אז דו זאלסט מיר צוזאגן, אז דו און דײנע קינדער און אײניקלעך, װאס זענען די קלעזמארים פון כמיעלניק, אז איד װעט קומען צו א חתונה װו בחורים מיט בתולות װעלן װעלן טאנצן צוזאמען, זאלט איר נישט שפילן. — איך זאג דאס צו — האט געענטפערט ױסף לײב מאר־ שעליק. די קלעזמארים פון יענער צײט אין כמיעלניק, זענען כמעט באשטאנען פון אײן גרויםער משפחה. ױםף לײב מארשעליק האט געשפילט אויפן באס, זײן זון, םאנע, האט געשפילט פידל. די אײניקלעך, די קינדער פון זײן עלטםטער טאכטער חנד״ (וואס װעלװעלע קלעזמאר איז געװען ױיער פאטער און אלײן געשפילט אויף פארשידענע אינםטרומענטן, װי פידל, טראמ־ פײט׳ קלארנעט) — זײנע פיר זין : נאטל דער עלטםטער, איז געװען א גוטער פידל־שפילער. אברהמעלע האט געשפילט קלארנעט און ישראל האט געקלאפט אויפן פויק. דער ײנג־ סטער אליהו איז נאך געװען זײער ױנג, דערפאר איז ער אבער שפעטער געװארן א גרויםער קינסטלער אין מוזיק׳ געענדיקט קאנםערװאטאריע אין װין און איז שנעל באקאנט געװארן דורך זײנע טשעלא־קאנצערטן װאם ער האט געגעבן אין די גרויםע שטעט פון פוילן, װי קעלץ׳ לאדזש, װארשע, קראקע און נאך אנדערע, ער האט געהײראט מיט א מײדל פון קעלץ, אבער געשטארבן גאנץ ױנג. זײן אײנציקער זון, װאם האט מיטגעמאכט היטלערם גהינום האט זיך אפגערא־ טעװעט און געפינט זיך אין אמעריקע.

passage_1cf49205f7460783779698b4
Passage 2normalized OCR · source chars 1193-2355

דאס געשפרעך פון רב מיט ױםף לײב מארשעליק האט זיך שנעל צעטראגן איבערן שטעטל. א םך יארן זענען אװעק און אלץ איז געװען װי מען פלעגט זאגן — כשר וישר. ביז אײנמאל איז אהײמגעקומען פון מיליטער־דינםט הערשל סטעלמאכס א זון — יאנקל רימאזש׳ און אײדער װאס װען׳ איז ער געװארן א חתן צו יאכע ליבע — עליע פענזעלם טאכטער. איך געדענק דאס גוט װײל איך בין געװען בײ די תנאיש און אויך אויף דער חתונה, מײן מוטער ע״ה איז געװען א לײבלעכע קוזינע פון ליבע עליע פענזעלס, אץ אזוי װי איך בין געװען דער ײנגםטער אין דער פאמיליע, האט מען מיך מיט־ גענומען כמעט אויף אלע שמחות צו װעלכע מײנע עלטערן זענען געװען אײנגעלאדן... גענוי אין װעלכן חודש די התונה איז פארגעקומען׳ געדענק איך נישט׳ אבער דאם יאר, בין איך זיכער, איז געװען 1895. די חתונה איז פארגעקומען בײ דעם חתנס ברודער, ישראל םטאלער. ער האט געהאט זײן סטא־ לארניע צוזאמען מיט זײן װוינונג אין דעם געםל אדער הויף׳ װו שיעלע מלמד האט געהאט זײן חדר אין דעם דורכגאנג פון שול־גאס צום קלײנעם מארק. ישראל םטאלער האט אויםגעלײדיקט דעם װארשטאט און אויך ארויםגענומען דאס מעבל פון דער צװײטער שטוב׳ אויפגעשטעלט טישן מיט לאנגע בענק און אלץ צוגעגרײט צו דער חתונה. נאך דער חופד״ װי ם׳פירט זיך בײ ײדישע חתונות, האט מען חתן־כלה ארײנגעפירט אין א חדר מױחד, װו עס איז

passage_cbf1ba501fc99635d40f0017
Passage 3normalized OCR · source chars 2357-3544

שוין געװען צוגעגרײט עפעם צו נעמען אין מויל ארײן נאך דעם שװערן תענית פון חופה־טאג פון חתן־כלה און אויך די גאלדענע ױיך... דערװײל האבן די בחורים אנגע־ הויבן צו טאנצן. מײדלעך האבן אויך געטאנצט, אבער אפגע־ זונדערט. דאס איז געװען א פאלקם־טאנץ אדער א װאלץ, בעת עס טאנצן בחורים מיט בחורים און מיידלעך מיט מייד־ לעך. אלץ איז גלוגאנגען כשורה ביז ױנגװארג איז מיד געװארן און זיך צוגעזעצט א ביםל אפרוען. שפעטער שטעלט זיך אויף דעם חתנס א ױנגערער ברודער, שמואל סטעלמאן האט מען אים גערופן. כאטש פון פאך איז ער געװען א םטאלער האט מען אבער צוליב זײן פאטער׳ װעלכער איז געװען א סטעל־ מאך, אלע קינדער גערופן נאכן פאך פון זײער פאטער. שמואל איז שוין געװען פון די ״װוילע ױנגען׳/ װי מען האט זײ גערופן אין כמיעלניק, ער האט שוין געארבעט אין דער גרויסער שטאט׳ װו מען פארדינט א םך בעסער. ער האט געװאלט באװײזן ױנגװארג׳ אז ער איז א ״קאװאלער״ און ער קען זיך דערלויבן אלײן צו באצאלן די קלעזמארים פאר א לאנגן טאנץ, װאס מען רופט אים קוטנער אדער לארסײ בײ אזא טאנץ נעמען אנטײל 8 אדער 16 פערזאן, דאם הײסט, זײ דארפן זיך אויסשטעלן אין פארן, 8 פארלעך. ער האט געפרעגט בײ די קלעזמארים װיפל ער דארף אײנצאלן פאר דעם קוטנער טאנץ, און זײ האבן אים געזאגט׳ אז עם קאםט א גאנצער רובל. ער האט זײ געגעבן א רובל און דער ראש פון די קלעזמארים׳

passage_c6b788ab405fa8fb1946f263
Passage 4normalized OCR · source chars 3546-3573

אריה מערזער : ײדל מיטן פידל

passage_0887d73086fb70e79b38654d