215 פנקס כמיעלניק 216 ױסף־לײב, האט די מטבע ארײנגעװארפן אין דער בלעכערנער פושקע׳ װאם איז געװען צוגעטשעפעט צו א לעדערנעם פאסעק און אנגעהאנגען אויף די אקםלען פון דעם ױנגען קלעזמער, װאם האט געקלאפט אויף דער פויק. די בלעכערנע פושקע, דארף מען װיםן, האט געהאט אױװ זיך א הענג־שלאם און דאם שליםעלע איז שטענדיק געבליבן אין הויז. אזא אפמאך איז געװען צװישן די קלעזמארים, אז דאם שליםעלע זאל קײנער גישט מיטנעמען מיט זיך, ערשט נאך דער חתונה פלעגן אלע צוזאמען אין הויז פון מארשעליק- עפענען די פושקע, געצײלט דאס געלט, און צעטײלט יעדן זיץ חלק. אלזא, די פארלעך האבן זיך גענומען אויםשטעלן צום טאנץ.
די קלעזמארים האבן אנגעהויבן שפילן צום טאקט און אזוי װי די קלעזמארים האבן זיך געפונען אין דעם ערשטן צימער גאנץ אויבן, און געטאנצט, האט מען אין צװײטן צימער, װאס איז געװען פיל גרעסער פון ערשטן צימער, נישט געקענט גוט זעען װאס דארט קומט פאר, בפרט אז די ױנגעלײט, װאם האבן נישט געטאנצט, האבן פארשטעלט דעם ארײנגאנג צום צוױיטן צימער, כדי מען זאל נישט זען, אז די בחורים און מײדלעך טאנצן צוזאמען. אבער דא איז געשען א מכשול. די קלעזמארים פאנגען אן שפילן דעם צװײטן ארײנפיר צום קוטנער טאנץ און די טענצערם האבן נאך נישכ באװיזן אויםצוטאנצן די ערשטע פיגורן, האט אײנער פון די בחורים, װאם האט אנגעפירט מיט דעם טאנץ, אויםגעשריגן צו די קלעזמארים זײ זאלן נישט ענדערן די מוזיק. אזוי װי דער קלעזמער סאנע, װאם האט געשפילט אויף דער ערשטער פידל, האט נישט פארשטאגען װאם יענער װיל, איז ער צוגעגאנגען נעגטער צום ארײנגאנג פון צװײטן צימער איבער־ פרעגן װאם יענער װיל. ער איז געװען הויך־געװיקסיק און ער האט געקענט אריבערקוקן איבער די מענטשן װאם האבן פארשטעלט דעם ארײנגאנג צום צװײטן צימער. ער טוט א קוק און זעט װי די בחורים טאנצן צוזאמען מיט די מײדלעך װאס האבן זיך דארט געפונען אין צװײטן צימער. מיט אראפ־ געלאזטע אויגן איז סאנע צוריקגעקומען צו דער קאפעלע און עפעם א זאג געטאן אויף קלעזמארישן לשון, װאס קײנער האט גישט פארשטאגען... די קלעזמארים האבן תיכף אויפגעהערט צושפילן. בײדיטענצערם איז געװארן אגרויסע מהומה און זײ זענען געבליבן שטײן אין מיטן טאנץ. באלד זענען ארויס־ געקומען די בחזרים פון צװײטן צימער מיט טענות צו די קלעזמארים הלמאי זײ שפילן נישט. ױםף־לײב האט זײ דער־ קלערט די אורזאך פארװאם זײ שפילן נישט און האט זײ אויםגעמוםרט פאר זײער האנדלונג, װאס זײ האבן אים געברענגט אין א פארלעגנהײט מיט זײער אויפפירונג : װײםט
דאך יעדער אײנער אין כמיעלניק װעגן אונדזער אפמאך מיטן רב, אז מיר טאדן נישט שפילן װען בחורים טאנצן מיט מײדלעך. — איז װו איז מײן רובלז איך האב דאך אײך באצאלט אז איר זאלט שפילןז — האט שמואל זיך צעבײזערט. — מיר האבן דאך געשפילט און מיר װעלן שפילן בתנא־ אז איר װעט טאנצן באזונדער און נישט מיט מײדלעך צוזאמען. א װארט צו א װארט און שמואל האט ארויםגעריםן די פידל פון סאנעס הענט און אים דערלאנגט איבערן קאפ. די פידל איז צעבראכן געװארן אויף שטיקלעך. זײ האבן אויך געװאלט צעברעכן דעם באם, האט זײ ױםף־לײב פארשטעלט דעם װעג באשיצנדיק דעם באס מיט בײדע הענט... אבער דאס האט זיך אים נישט אײנגעגעבן, וױיל מען האט אים אומגעשלײדערט צוזאמען מיטן באס און גלײך איז געװארן א מענטשן־קנויל אויסגעמישט מיט כלי־זמר. אזוי האט מען געטרעטן אויף ױסף לײבן צוזאמען מיטן באם. װען איך האב דאס אלץ געזען, בין איך אויםגעבראגן אין א געוױין און זיך צעשריגן : ״מען הרגעט מײן פעטער״. אלע קלעזמארים זענען צעשלאגן געװארן א חוץ אײנער, װעלכער האט געשפילט אויף דער פויק און האט געטראגן אויף זיך די פושקע מיטן געלט. ער האט געזען װאם דא קומט פאר, האט ער אפנים זיך געטראכט: ישראל אנטלויף פונדאנען׳ ראטעװע די פאר גראשנם...
אזוי האבן די כמיעלניקער װוילע ױנגען פון יענער צײט אפגערעכנט זיך מיט די קלעזמארים פאר װעלן האלטן אן אפמאך מיט דעם כמיעלניקער רב. װען די מוטער פון דער כלה ליבע עליע פענזעלס האט געזען װאם דא איז פארגעקומען, האט זי פארבראכן מיט די דענט, צוגעלאפן צו ױםף לײבן מיט א געבעט, מיט טרערן אין די אויגן און געזאגט: ״ױםף לײב, דו טארםט נישט אװעקגײן פון מיץ קינדם שמחה. בײ מיר ביזטו איצט נישט ױסף לײב דער מארשעליק נאר ױסף לײב מײן לײבלעכער קוזין. מײן ליבער גאםט צו מײן קינדם שמחה״. מײן פעטער ױםף־לײב איז געװארן גערירט פון די רײד, אבער עפעס איר צו זאגן איז אים געװען זײער שװער, האט ער ארויסגענומען זיץ נאזטיכל און זיך געװישט די טרערן פון די אויגן. ער האט איר געװוגטשן זי זאל האבן נחת פון די קינדער, געזאגט א גוטע נאכט און ארויס אינדרויםן וװ זײן זון םאנע און די אײניקלעך האבן אויף אים געװארט. װען ױםף־לײב האט פארלאזט די חתונה, איז די מחותנתטע ליבע אויסגעבראכן אין א געװיץ: — װער װעט אויםרופן דאם דרשה־געשאנק ?
אויף צומארגנס איז ליבע עליע פענזעלם אװעק צו ױםף־ לײבן אין הויז און אװעקגעטראגן זײן שכר. ױםף לײב האט אבער זיך אפגעזאגט צו נעמען דאס געלט. די בלעכערנע פושקע איז אבער געשטאנען אויפן טיש, האט ליבע דארט ארײנגעשטופט דאס געלט און געזאגט : ״איך װײם אז דו האםט געהאט א גרויסן שאדן, װעסט דאך דארפן פארריכטז די פידלען און אויך דעם באס, װעט דאס געלט דיד צונוצ־ קומען״... לאנג האט מען אין שטעטל גערעדט װעגן אט דער פאר־ שטערטער חתונה,