מרדכי פולוס / איו די רעװאלוציאנערע יארו (פתח־תקווד,) צוזאמען מיט פיל גרויםע שטעט אין פוילן׳ װאס האט דעמאלט געהערט צו רוםלאנד׳ האט אויך כמיעלניק צו יענער צײט געהאט אירע סאציאליסטן־רעװאלוציאנערן׳ װעלכע האכן זיך געגרײט צום גרויםן טאג פון דער רעװאלוציע אין יאר 1905. איך געדענק די ערשטע רעװאלוציאנערן פון זײ־ דער געלער אבא׳לע װעצע׳ איטשע יחזקאלס און בײלע חוה׳ס זון׳ לײביש ליאק־צימראט׳ לײבל מיקאלאװסקי׳ אײזיק שמואל יאםלם זון׳ אבא איטשע און אין די שפעטערע יארן : שמעון פײגנבוים (שמעון גראשן), ליפא נירענבערג און נאך אנדערע.
איך געדענק עם װי הײגט. דאם איז געװען אינעם טאג פון דער רעװאלוציע אין 1905, װען עם איז אנגעקומען א דעלעגאט׳ א סאציאליםט פון קעלץ. אלע ארבעטער זענען גערופן געװארן אויף א רעװאלוציאנערן מיטינג הינטער דעי־ שטאט׳ אויף דער ליםא־גורא. דער דעלעגאט האט מיט גרוים פאטאם גערופן צום אלגעמײגעם שטרײק׳ אפשטעלן די ארבעט אין די װארשטאטן פון בעלי מלאכות און אין די פאבריקן. אויפן פלאץ איז ארגאניזירט געװארן א גרופע װעלכע האט געברויכט זארגן פאר אויםפירן דעם באשלום װעגן אלגע־ מײנעם' שטרײק. װען דער נ׳יטינג האט זיך פארענדיקט׳ זענען אלע אװעק אין שטאט זינגענדיק רעװאלוציאנערע לידער װעגן אכט־שעהדיקן ארבעטם־טאג׳ פרײהײט און ברויט. צו יענער צײט איז אויך אנגעקומען פון װארשע מאניע עבערס׳ אן איבערצײגטע קעמפערין און גוטע ארגאניזאטארױ מיט א גרויםן םטאוש. מיט איר אנקומען איז די ארבעט געװארן פארשטארקט. כמיעלניק איז געװארן א װיכטיק רינגעלע אין דער קײט פון אנטי־צארישע ארויסטרעטונגען. פיל יארן האט זי געפירט׳ ארגאניזירט און געלײטעט מיט דעד ארבעט׳ ביז דאם איז דערגאנגען צו דער צארישער מאכט. אין א געװיסן טאג איז זי געװארן פארכאפט דורך דער צארישער אכראנע׳ פארמשפט און פארשיקט געװארן קײן םיביר. זי האט פיל געליטן אין סיביר׳ געװארן קראנק. מיטן אויםברוך פון ערשטן װעלט־קריג איז זי צוריקגעקומען. * * *
בשעהן אויםברוך פון רוםיש־יאפאנישן קריג האט די צארישע מאכט פראקלאמירט א מאביליזאציע. אויך אין כמיעלניק זענען דורכגעפירט געװארן אבלאװעם׳ און מען האט מיט כוח אװעקגעפירט אין דער ארמײ ײדן װאם האבן זיך אויםבאהאלטן פון קריג. באלעבאטישע ױנגעלײט האבן מיט אלע מיטלען געפרװוט נישט גײן אין קריג׳ זיך אפגעהאקט פינגער פון די הענט און געװארן בעלי־מומים אויפן גאנצן לעבן. די מוטערם פון די ױנגעלײט זענען געגאגגען אויפן בית עלמיז׳ קברים אײנרײסן׳ זכות אבות זאל זײ בײשטײן און זײערע זין זאלז בלײבן אין דער הײם. מען איז געפארן צו גרויםע רבײם זיך שואל עצה זײן װעגן פריזױו. מיט פארשידענע קמעות און םגולות האבן זײ געפרוװט מציל זיץ ײדישע קינדער פון שמד ר״ל. די בתי־מדרשים זענען געװעזן פול מיט קלאגעדיקע פרויען׳ װאם האבן געשאנקען ליכט און געגעבן צדקה כדי מתפלל צו זײן פאר זײערע זין. י * ^ * אין יאר 1908 איז אין א געװיםן שבת אנגעקומען קיץ כמיעלניק א גרופע ײדן געכאפטע צום פריזױו׳ װעלכע זענען געפירט געװארן צופום אונטער דער אויפזיכט פון רוסישע חנה און מרדכי םוקס בײ דער מצבת כמיעלניק אין מרתף־השואה אויפן דיר־צױן אץ ירושלים■