Original scan
Original memorial-book scan 114
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-711

219 פ נ ק ם כמיעלניק 220 סאלדאטן. די ײדן האבן זיך געפונען אין א נידערגעשלאגענער לאגע און געװינקען נאך הילף בײ די כמיעלניקער ײדן׳ װײל מען האט זײ געפירט קײן םטאפניץ אין דער ״פריםוטסטװע״ און פון דארט גלײך אין דער ארמײ. בײ לעשמאנען אין דער שעגק זענען גראדע געזעםן : הארצקע קצב, יאגקל טשארנע, װאלף םטאלאזש, יחיאל יעקל כמיעלניצקי. פלוצלינג איז לעשמאן ארײנגעקומען און דערצײלט, אז מען פירט ײדן אין א שרעקלעכן מצב, א חילול השם. די זיצנדיקע האבן געכאפט אײזנס, העלצער און פלעשער, ארוים אין גאס, דערלאנגט די רוםישע סאלדאטן און באפרײט די ײדן. צומאר־ גנס זענען אגגעקומען זשאנדארמען אויף פערר, געמאכט אבלאװעס, געזוכט די אנפאלער, אבער קײנעם נישט געכאפט. װײל די כמיעלניקער ײדן האבן זײ גוט אויםבאהאלטן און נישט פארראטן. ¥ ¥ 4

passage_044239487bc0f77a1c00f613
Passage 2normalized OCR · source chars 713-1695

אין יאר 1912 אין א מארק־טאג האט הארצקע געקויפט אויף דער מעריצע א בהמה בײ א גוי• ער האט באצאלט עטלעכע צענדליק רובל און דער פויער איז אװעק אין דארף. אין א קורצער צײט ארום איז דער גוי צוריקגעקומען מיט דער טענד״ אז מען האט אים אפגענארט און האט זיך געכאפט שלאגן מיט דער הילף פון פיל אנדערע גוײם. הארצקע האט זיך אבער נישט אפגעשראקן און האט זײ אנגעהויבן מקײם פםק צו זײן. צוהילף איז שנעל אנגעקומען משה אבא קצב, הארצקעס פרוי, אסתר, האט געכאפט א פום פון א בהמה און דערלאנגט די כוליגאנעם. די גוײם זענען אזוי צעשלאגן געװארן, אז פאר גרויס חרפה זענען זײ אנטלאפן צוריק אין זײער דארף. ¥ ¥ ¥ דער גרויםער כמיעלניקער גביר׳ ר׳ פנחם לעװקאװיטש ז״ל און זײן פרוי חנה־םימע, זענען געװען גרויםע מכניסי־ אורחים, בעלי צדקה און עוםקי בצרכי ציבור. זײער גרויסע פאבריק פון זײף און ליבט איז געװעזן באװוסט אין דער גאנצער שטאט. אין דער גרויסער װוינונג איז געװעזן אן עם־צימער מיט לאנגע טישן, װו עס זענען בײטאג און בײנאכט געזעסן אורחים און געגעםן פון כל־טוב. חנה־סימע האט חתונה געמאכט ארעמע כלות, געזארגט פאר פרנסה איי

passage_1dc42e14d713bfdec6bc2440
Passage 3normalized OCR · source chars 1697-2745

דירות פאר ארעמע־לײט. בײ פנחם לעװקאװיטשן האט זיך די טיר קײנמאל נישט פארמאכט. ער האט געגעבן צדקה מיט א ברײטער האנט. ער האט געהאט 14 קינדער, אלע ברײט־ נגידיש חתונה־געמאכט. ער איז אויך געװען דער איניציאטאר פון פארשידענע גמילות־חםדים־קאםעם, האט געלאזט שרײבן ספר־תורה׳ס און מיט גרוים פאראד זײ ארײנגעפירט אין שול ארײן. פארן ערשטן װעלט־קריג איז אין כמיעלניק אויס־ געבראכן א טיפוס־מגפד״ צענדליקער מענטשן זענען יעדן טאג אומגעקומען. נשים צדקנױת האבן אויםגעםונען, אז מען ברויך שטעלן א חופה אויפן בית הקברות, װעט זיך די מגפה אפשטעלן. מיט דער איניציאטױו פון פנחס לעװקאװיטש און זײן פרוי האט מען געשטעלט א חופה פאר איציקל װאםער־ טרעגער מיט פעםל שמעון זשאבעס טאכטער אויפן בית הקברות לעבן אוהל פון צדיקים. די מגפה האט זיך דערנאך אפגעשטעלט. בײ פנחס לעװקאװיטש זענען אײנגעשטאנען חםידישע רבײם און געפראװעט דארט טיש כיד המלך. צענדליקער משפחות האבן געלעבט פון זײן פאבריק און פון זײן ברײטהארציקײט. מען האט דערצײלט, אז די רבײם װאם זענען בײ אים אײנגעשטאנען׳ האבן געװוםט, אז מענטשן גנבענען בײ אים, האבן זײ אים געװונטשן, אז װאם מער מען װעט גנבענען אלם מער װעט ער האבן. ¥ ¥ ¥

passage_2059f9e672735df189f658cf
Passage 4normalized OCR · source chars 2747-3345

עם איז געװען אין יאר 1902 פאר פםח. אין שטעטל האט מען געבאקן מצות אויף פםח, האט דער רב פארארדנט די בעקערס זאלן באצאלן פאר קמחא דפםחא, װען נישט װעט געאסרט װערן דאס מעל אויף פסח. םאנדל בעקער האט געחוזקט און געזאגט, אז ער װעט נישט באצאלן. ער איז געפארן קײן דזשיאלאשיץ, דארט געקויפט מעל און געברענגט קײן כמיעלניק. דער רב האט זײנע מצות געאםרט, דער בעקער האט זײ פארקויפט ביליקער און דעם רב געמאכט א משפט אין בוסק. צװײ טעג פארן משפט איז סאנדל בעקער ארוים פארמאכן די לאדן האט ער ״דערזען״ דעם רבס מוטער נחמד״ ער איז קראנק געװארן און באלד געשטארבן. די גאנצע שטאט האט געזאגט, אז די רביצין האט אים מעניש געװעזן.

passage_30737e79ebd5db80c37371cb