Original scan
Original memorial-book scan 115
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1014

פנינה װײנבערג־כהו / מיט 50 י8ר צוריק (תל־אביב) פנינה װײנבערג־בהן איך װיל באשרײבן אונדזער שטעטל מיט 50 יאר צוריק. א שטעטל פון 1500 משפחות, א גרויםער טײל אײנװוינער זענען געװען קרעמער און בעלי־מלאכות. ײדן פארגעמען דעם צענטער פון שטאט. בלויז אין אײן עק שטאט װוינען די גוײם׳ די פראפעסיאנעלע אינטעליגענץ׳ דער דאקטער׳ אפטײקעד׳ לערער און באאמטע׳ און װײטער די פויערים אין די ארומיקע דערפער. איך זע זײ װי איצט׳ די כמיעלניקער... אט איז אברהם שטראך׳ א שװאך קינד געװען׳ װאם איז אויסגעװאקסן צל אן ארבעטזאמער׳ שטאלצער גוט־באזיצער. יעדן טאג איז עד ארויםגעריטן אויף א פערד — באארבעט פעלדער לויט די גײעסטע מעטאדן׳ געהאט א ״האדאװלע״ פון פערד און קי׳ באקומען אלם גוטער לאנדװירט א פרעמיע פון צוזאמענפאי־ פון פוילישע פריצים. אין ײדישע הענט זענען געװען טארטאקי׳ קאלך־אויװנם׳ מילן׳ גיפס׳ א פאבריק פון זײף׳ א פאבריק פון ביר׳ גארבערײען׳ גרויסע פאשערײען פון גענדז און פיש . הונדערטער משפחות האבן דערפון געחאט פרגםה. אין די בערליגער האלעס האט מען געפאדערט כמיעלניקער גענדז. כמיעלניקער ײדן האבן עקספארטירט האלץ׳ תבואה׳ אײער׳ פעדערן׳ גענדז.

passage_248df6c0ae6ef7f618f8a699
Passage 2normalized OCR · source chars 1016-1959

אט דערמאן איך זיך די קלײנהענדלערם. ײדן פעאיקע׳ אן פאך־בילדונג׳ האבן אויםגעפונען א סטרוקטור פון ליכט־ מאשינען און די ליכט־מאשינען זענען געגאנגען פאר דעם גאנצן גרויסן פוילן. דער גאנצער פארקער איז געװען אין ײדישע הענט׳ פריער אין די הענט פון די ײדישע בעלי־עגלות׳ עמך׳ ערלעכע מענטשן װאם האבן געארבעט שװער טאג און נאכט ; ארעמע׳ פארשװארצטע׳ פארפינצטערטע האבן זײ אריבערגעפירט םחורות און געלט. שפעטער זענען אויפגעקומען אויטאם און לאסט־אויטאבוסן. ײדן זענען געװען האנטװערקער׳ שנײדערס׳ שוםטערם׳ קאװאלעס׳ םטאלאזשעם׳ מויערער׳ מאלער׳ קאי־ פעקציאנערן. דער מםחר איז אינגאנצןגעװעןאיןײדישעהענט. כמעט אלע געשעפטן ײדישע׳ ײדישע בענק. שבת׳ װען ײדן האבן די געשעפטן צוגעמאכט׳ האט מען גאנץ רואיק געקענט שפאצירן אויפן שאםײ. די פויערים האבן נישט געהאט צו װאם צו קומען אין שטאט. נישט זײ האבן געקענט קויפן׳ נישט פארקויפן. כמיעלניק איז געלעגן אין א טאל. װען מען איז ארײנ־ געפארן פון צפון־זײט פון קיעלץ׳ האט מען צום ערשטן געזען פטאשניקס קאלך־אויװן׳ שטראכס גוט מיט דעם קאלך־

passage_de9ae9cc146f31c538e94f38
Passage 3normalized OCR · source chars 1961-3102

אויװ, און דאן די בלאנקעס קאלך־אוױונס װי זײ רויכערן; פון דער בוםקער זײט׳ דרום׳ האט זיך געפילט א שטארקער ריח פון די גארבערײען און פון פריש־געשניטן האלץ. אויפן בארג איז געשטאנען בלאנקם טארטאק׳ װו 24 שעה אין מעת לעת האט מען געשניטן האלץ׳ װאם איז געגאנגען אייף עקםפארט קײן דאנציק׳ אין דער גרויסער װעלט ארײן. פון מערב־זײט׳ אויף דער גרענעץ פון דער שטאט — די ״קא־ לײקע״, און דארטן די ראמפע פון די בוגײנסקעם. אויף דע,־ גרענעץ פון מזרח — װאםער־מילן. און אט דאם אלץ איז געװען אין ײדישע הענט. ײדן׳ צען־קעפיקע פאמיליעם׳ האבן ערלעך און שװעי געהארעװעט׳ און בכבודיק זיך אדורכגעראנגלט אין לעבן. איך געדענק זײערע גוטע מידות. כ׳דערמאן זיך׳ װי אײנער א כמיעלניקער ײד איז שטארק פארארעמט געװארן. א פאטער פון זעקם קינדער איז געבליבן אן פרנםה׳ עם האט ארײנ־ גערעגנט אין שטוב׳ טיר און פענצטער זענען געװען צעבראכן און דאם װאםער האט געפרירט אין פעסל. די קינדער הארן געהונגערט און געפרירט. מײן מוטער איז ארײנגעגאנגען און דעם ײד פארגעלײגט געלט צו נעמען די שטוב אױס־ צובעםערן׳ האט יענער געענטפערט ־ עם איז דא א דין׳ װען אײנער פארמאגט אויף צװײ םעודות׳ דארף ער פון קײן מענטש נישט געניסן. ער האט פון קײן מענטשן נישט געװאלט געניםן און טאקע אין קורצן געהאלפן געװארן מיט פרנםה.

passage_dfc1c8f354aaa2da1c3edf52
Passage 4normalized OCR · source chars 3104-3945

כמיעלניקער ײדן האבן אנטװיקלט א גרויםע גמילות־חםד באװעגונג. מען האט זיך געבארגט אויפן װארט און געגלײבט אויפן װארט און עם איז געװען װעמען צו גלײבן. צו דער מינוט האט מען דאם געלט אפגעגעבן און װען דער כמיעל־ ניקער םוחר׳ האט געזאגט זײן װארט׳ איז דאם געװעזן זיכער. אלע געזעלשאפטלעכע ארבעטן זענען אויםגעפירט געװארן אן געהאלט דורך די גמינע־לײט׳ חברה קדישה׳ ביקור חולים. מיט א שטארקער אונטערנעמונגם־קראפט׳ מיט א טיפן גלויבן זענען אונדזערע עלטערן ארײן אין לעבן און געװוםט אוים־ צוגיצן די קלײנע מעגלעכקײטן פון האנדל און האנטװערקערײ׳ בכדי צו דערציען קינדער׳ אויפשטעלן דורות׳ ציען די קײט פון דורות. די ײזץ אין כמיעלניק זענען געװען רעליגיעז. די גאנצע בענקשאפט נאך א בעסערן מארגן׳ נאך א פרײען לעבן האבן זײ אויםגעדריקט אין לערנען און תפילות. יעדער נײער געדאנק איז געװען אפיקורםיש׳ גוײש׳ טריף. מען האט די קינדער בײ זיך געהאלטן׳ זײ נישט געטרויט צו עמיגרירן.

passage_287365400962a26129754ebb