Original scan
Original memorial-book scan 119
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1088

229 יחיאל גאטאװיזנע — כמיעלניק פארן ערשטן װעלטקריג 230 װײט־װײט, נישט נאר מחוץ די גרענעצן פון דער שטאט נאר אפילו אויד מחוץ די גרענעצן פון מדינת פוילן. ער איז געװען משכמו ומעלה הויך, העכער און אפשר טאקע דער העכסטער פון אלע גדולי־הדור, װאס האבן אין זײן צײט געלעבט. אן מליצה, נאר טאקע אין פיל־פאכיקן זין פון װארט, ער איז אגעם שטרײמל׳ דעם הויכן װאם ער האט געטראגן, געװען איבער צוױי מעטער הויך; אין למדנות און גאונות — אן א גרענעץ הויך ; א גרויםער ירא שמים און אפגעהיטענער בעל־מדות, איז ער געװען ראוי צו זײן צדיק הדור, װי דאס באװײזט טאקע פאלגענדיקער באװוםטער פאל: אין זײנע פריעםטע יארן, אלס ױנגערמאן נאך, איז ער געפארן צום ״חחה״ פון לובלין : װען דער רבי איז נסתלק געווארן האבן אים חםידים געװאלט קרוינען אויף זײן ארט אלם נאכפאלגער. מתוך גרוים ענױות האט ער אבער זיך קאטעגאריש אנטזאגט, און איז דאן אויפגענומען געװארן, אלס ױנגערמאן נאך, אלס רב פון כמיעלניק; באװוםטע גאונים, למדנים, רבנים פון אלע שטעט אין פוילן און אויך פון חוץ־לארץ זענען מיט אים געשטאנען אין א כסדרדיקן שריפטלעכן קאנטאקט און אנגע־ פרעגט װעגן קאמפליצירטע דינים און שאלות ותשובות. זײן מײנונג און פםק־דין איז בײ אלעמען געװען הלכה.

passage_3988a01c5331a6b6f4541d67
Passage 2normalized OCR · source chars 1090-2094

די ישיבה איז געשטאנען, פארשטײט זיך, מבחינת הלימו־ דים, אונטער זײן פראטעקטאראט. ער איז געװען אן אפטער באזוכער אין דער ישיבה. זײנם א באזוך איז על פי רוב געװען פארבונדן מיט בחינות פון די תלמידים; װויל איז געװען דעם בחור, װאס האט געפונען חן און לײטזעליקײט אין רב׳ם אויגן נאך א געלונגענער בחינה. דער בחור איז שוין געװען געזיכערט אלס קאנדידאט צו זײן א מורה־הוראה בישראל. דער רב איז געװארן זײן אפוטרופום. בײ די דאזיקע באזוכן האט מען אפט אויך געקענט הערן פון רב א פשט אדער א דרוש, װאס האט געקענט נעמען א שעה און אפילו צװײ, און װאס האט געלאזט א טיפן רושם. דער רב האט געהאט עטלעכע זין — און אלע זענען געװען גרויםע אנגעזעענע רבנים אין פוילישע שטעט. ר׳ ױחנן, דער עלצטער — אויך א גרויסער למדן — איז געװען רב אין בוםק און נאכהער אין נײשטאט; ר׳ דוד׳ל, איז געװען דעם אסטראװצער רבינס אײדעם, געשמט פאר אן אויםערגעװײנ־ לעכן עילוי, איז געװארן גאםטינינער רב: ר׳ לײזערל, און ר׳ טוביה װאם איז נאכהער געװארן אויך זײן טאטנס ממלא מקום אחרי פטירתו׳ און א בן־זקונים מיטן גאמען יעקלע, װאם צו זײן חריפות איז ממש קײן גלײכן נישט געװען.

passage_aa67e525bf8c2742bb39265a
Passage 3normalized OCR · source chars 2096-2508

איך האב זוכה געװען צו זײן א בן־בית בײם רב, בין זײער אפט דארט ארויפגעקומען. איך קאן עד הױם נישט פארגעסן דאם אויסערגעװײנלעכע בילד, װאם איך האב געזען ; דער רב, װאם איז צו יענער צײמ געװען וױיט איבער די זעכציק. האט נאך געהאט אן אלטן טאטן װאס, װי מען האט געזאגט, איז ער שוין געװען ״אריבערשפאצירט״ די הונדערט. אין אויםזען איז דאם נישט געװען צו דערקענען, ער האט געהאט א זיכערן שנעלן גאנג, געגאנגען זײער רײן און שײן אנגע־

passage_5be709d4674b04f596030270
Passage 4normalized OCR · source chars 2510-3580

טאן, די שיך האבן געגלאנצט, אפגעפוצט תמיד, גוט און פרײ געזען אן ברילן• ער איז געװען, אין קעגנזאץ צום רב, קלײן־ געװיקסיק מיט א קלײן שנײ־װײס בערדל, תמיד פײן־זויבער פארקעמט, א גרויס זײדן היטל, איז ער געגאגגען אנגעטאן און מען האט אים גערופן בלויז ; ר׳ ישראל לײב. דער טאטע איז שטענדיק געקומען צו מנחה־מעריב אין רבם בית מדרש, און שטענדיק, אזוי װי דער טאטע זײגער האט זיך באװיזן אין טיר — האט אײנער געגעבן א זאג: ״ר׳ ישראל לײב איז דא״ — איז דער רב גלײך געגעבן א שטײ־אויף, צוגע־ גאנגען ביז צו דער טיר, אנגענומען אים פאר דער האנט, צוגעפירט ביז צום טיש׳ און אים אװעקגעועצט. דאס גײן פון די צװײ — טאטע און זון — איבער דער לאנגער בית־דין שטוב, פאר װעלכן דאם בית המדרש האט אויך געדינט, איז געװען אזא פארבליפענדיק בילד, אז עס האט ממש פארכאפט. דער פאטער האט זיך געלאזט פירן פון זון, ארויפגעקוקט צו אים, און דער זון האט דעם טאטן ארײנגעקוקט אין די אויגן׳ ביז ער האט אים אנידערגעזעצט. ערשט אז דער טאטע האט זיך אװעקגעזעצט, האט ער געזאגט : ײשר כוחך — און דער רב האט געענטפערט : — ברוך תהיה - אן אומפארגעסלעך .אנטציקנדיק בילד געװען צו זען : כיבוד אב אין פײנסטן זין, און - נחת פון קינדער... *

passage_454afadbaa61882958e2c17e
Passage 5normalized OCR · source chars 3582-4853

אין יענער צײט איז פארגעקומען דער בארימטער עלילת־ דם־פראצעם פון בײליםן אין קיעװ: דאם ײדנטום בכלל און דאם פוילישע בפרט האט מיט א פארכאפטן אטעם נאכגע־ פאלגט דעם גאנג פון משפט דורך די צײטונגען ״הײנט״, ״מאמענט״ — די דעמאלסט אײנציקע טעגלעכע ײדישע צײטונגען אין פוילן. ביז צום בײלים־פראצעס זענען צײטונ־ גען׳ אפילו ײדישע, אין שטעטל געװען בבחינת בל־יראה ובל־ ימצא, װײל דאם האט שוין געשמעקט מיט מער װי א שמינית אפיקורסות. בײם פראצעס איז כמעט געװארן הותרה הרצועה. צײטונגען האבן ארײנגעדרינגען אין אלע ײדישע שטיבער, אפילו אין די חםידישםטע. מיט דער גרעםטער אומגעדולד האט מען געװארט אויף זײער קומען און מ׳האט מיט א זשעד־ נער פאראינטערעסירונג געלײענט יעדן טאג אין די צײטונגען דעם גאנג פון אט דעם משפט. עם איז דערגאנגען אזוי װײט׳ אז אפילו אין חסידישן בית־המדרש, װו ם׳האבן געלערנט חםידישע ײדן און דערװאקסענע חםידישע בחורים, און יערן אװנט נאך מעריב האבן פון דארט געהילכט די טענער פץ אבײ ורבא, איז זינט דעם בײלים־פראצעם געװארן א מנהג׳ אז אייניקע, די שארפע חםידישע בחורים האבן זיך ״ארונטער־ געקריגן״ הינטערן אוױון און האבן דארט יעדן אװנט נאך מנחה־מעריב, צוזאמען געלײענט א בלאט־צײטונג און צעגלי־ דערט דעם גאנג פון פראצעם. אפילו די גאר הייםע חםידים האבן נישט קײן פיפם געגעבן, נײערט אויף דעם געקוקט צװישן די פינגער, מחמת דער פראצעם איז געזען געװארן דורך אלעמען אלם אלגעמײן ײדישער נאציאנאלער ענין.

passage_7748f945237d1b1ea17873ab