231 פנקס כמיעלניק 232 *װישן די אלע בחורים האט מען אייך געקענט זעען יעדן אװנט יעקל דעם רב׳ס — אזוי האט מען גערופן דעם ױנגסטן זון, װאם האט געשמט מיט זיין גאונישן קאפ. אן עילוי — האט מען װעגן אים געשמועםט, — פונקט װי דער טאטע. ער האט געהאט אױסערגעװײנלעך לאנגע פאות, װאס זענען אים אראפגעהאנגען ביז צו די צוױי אקסלען - הקיצור, מ׳האט געלײענט די צײטונג בצװתא, גאגץ געשמאק, און אין א גאנץ קורצער צײט ארום האט מען שוין אונטער דער צײטונג, פאר אײן װעגס, — מכױון שהותרה הרצועה... — אויך געלײענט אנדערע ״טריםה פםול״. און מען האט גענומען שושקען זיך, אז אט ״די בחורים פון היגטערן אוױון״ און טאקע אויו יעקל דעם רב׳ס, זענען ל״ע ״געכאפט אין דער מעשה״... (א סימן האט מען געזען אין דעם, װאם פלוצעם האט ״יעקלע״ גענומען ארונטערפאקן די גאנצע פאות אונטערן זײדענעם היטל ״אויבן ארויף״ .. און אין גאס זעט מען בײ יעקלעז קײן סימן נישט פון קײן פאה, פלוצלינג...). און נאטש איך בין געװען אסך ױגגער פון זײ, האב איך אבער דאך אדאנק יעקלען, געהאט, א שטיקל, — ס׳הײםט א האלבן צוטריט הינטערן אוױון׳ — און כ׳האב אמאל געכאפט א װארט1 ״מאניש״. איך האב געקײעט און געקײעט דאם װארט, ביז... איך בין דערגאנגען, אז דאם איז א שאפונג פון י. ל. פרץ. הקיצור, איך האב עם באקומעז צום קײען און לעזן און ס׳האט מיר אויך גאר שטארק ״צעשרויפט״ די געדאנקען...
נאכהער האב איך געהערט װי ס׳װערט ״צעקײט״ ״דאם פוילישע ײנגל״ פון ליניעצקי א״אנד, און װו ? דאם אלץ אין חסידישן בית־מדרש הינטערן אוױון. פון דארט, פון הינטערן אויװן האט זיך געצויגן דעם גאנצן זומער דער װעג צום אפטײקערם םאה הינטער דער שול, און צו די שטאטישע בתי־שימוש. קעגנאיבער דעם נײעם בית עולם איז געװען א פארמאכטער גרויסער ײדישער םאה װו ם׳איז געװען דער המשך פון ״צוזאמענטרעפן״ און ״שמועסן״, און שוין אויך אין חברותא פון... מײדלעך. הקיצור, װי עם האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט, איז דעמאלט׳ טאקע אין בית־מדרש הינטערן אוױון, פארזײט געװארן דאם קערנדל, פון װעלכן ם׳האבן נאכהעה אין א גאנץ קורצער צײט, אין 4—5 יאר ארום, ארויסגעשפראצט אנפירערס פאר אלע פאר־ טײען אנהויבנדיק פון אגודת ישראל, הפועל המזרחי, צױנים״ פועלי־צױנים, און העט העט װײטעה השם ישמרנו, װוהין א סך בחורים זענען אװעק... יעקל דעם רב׳ס איז אבער דאך געבליבן דאם װאס ער איז געװען׳ און שפעטער — טאקע געװען רב.
כדאי אפשר צו דערמאנען נאך א װיכטיקע ״אינםטיטוציע״ װאם האט זיך געפונען הינטער דער שול, קעגנאיבער דעם אלמן בית־עולם. דאם איז ״דער הקדש״ װאס האט שטענדיק געװי־ מלט מיט קבצנים מכל המינים פון בײדע געשלעכטעה װאם האבן אװדאי געקאנט דינען אלם פראטאטיפן פאר דעם זײדן מענדעלעם קלאםיש װערק ״פישקע דער קרומער״! װעז איד האב שפעטער געלײענט דאס װערק, האב איך ממש געזען׳ אז דער װײט גרעםטער טײל בילדער, זענען געװען לעבעדיקע װירקלעכקײט פון אט דעם כמיעלניקער ״הקדש״...