Original scan
Original memorial-book scan 121
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1136

יחיאל גאטאװיזנע / גאםו אװ מענטשן (תל־אביב) די שטאט כמיעלניק׳ װי אלע יידישע שטעט אין פוילן, האט פארמאגט א היבשן טײל בעלי מלאכות און האנטװער־ קער םון םפעציפיש ײדישע פאכן: שוםטערם׳ שניידערם, קאמאשן־מאכערס, היטל־מאכערס, אײנבינדערס, םטעלמאכעס, זײגער־מאכערם און אפילו קאװאליעם, װאס איז שוין אביםל וױיט פון צו זײן א ײדיש פאך. אלץ הארציקע עמך־ײדן, װאס האבן אין דער פרי און בײנאכט אויםגעפילט אלע דאװען־ פלעצער אין די בתי־מדרשים, װו ס׳פלעגן בײנאכט כמעט שטענדיק זײן װאנדערנדיקע משולחים־מגידים, בעל״ דרשער, װו זײ פלעגן ״זאגן״ בין מנחה למערב. פלעגט מען נישט אײנמאל זעען װי אזא אגגעהארעװעטער בעל־מלאכה פון א גאנצן טאג שװערע הארעװאניע פלעגט הערנדיק שטיץ און כאפן א דרימל, אנגעלענט אן װאנט. אז דער קאפ איז אט אט געפאלן, פלעגט ער זיך א כאפ אויף געבן, הערן א רגע און װידער... און אפשר טאקע דערפאר זיך נישט געטרויט זיצן... און יעדער אײנער פון זײ, האט געהאלפן אויסהאלטן דער ישיבה, געצאלט פאר כל מיני חברות, װאס האבן עקסיםטירטו חברה ש״ם, גמילת חםדים־קאםעס, לינת הצד.ק, חברה קדישא, װאם אין איר שפיץ איז געשטאנען ר׳ לײב עדכן (שדכנות איז געװען די הויפט־פרבםה...) מיט זײן גרויםער פײקע, װאס איז תמיד געװען װי צוגעװאקסן צום מױל׳ האט שטענדיק מקטיר קטורת געװען...

passage_d2d0a5b7c7f005393eca5111
Passage 2normalized OCR · source chars 1138-2094

די אינהאבער פון די געשעפטן אין גרויםן מארק, װאם האט געבילדעט דעם צענטער פון שטאט, זענען אלע געװען שײנע ײדן, הדרת־פנימער מיט רחבותדיקן אויסזען פון תורה וגדולה במקום אחד. אלע גרויסע געשעפט־לײט מיט געשעפטן מכל המינים, בעלי אכםניה׳ם אאז״װ. געװען ציוישן זײ אינטערעםאנטע טיפן, װאם יעדער פאר זיך איז געװעז אן עולם מלא׳ למשל : ר׳ עזרא נאפארםטעק, א ײד א גביר און למדן, געהאט א גרויס שניט־געשעפט און געהאט עטלעכע טעכטער. פאר אלע האט ער גענומען זײער לייטישע, טאקע גאר לײטישע און פײנע אײדעמס אויף קעסט, װויל־לערנער און קענער. איץ אײדעם, ר׳ אברהם, האט קײן קינדער נישט געהאט און געװען א למדן א מושלם אץ דערצו א טײערער מענטש מיט אן אײדעלער נשמה. ער האט זיך אין גאנצן געװידמעט דער ישיבה׳ געזארגט פאר אלץ׳ אנהויבנדיק פארן בודזשעט פון דער ישיבה, צו קענען באצאלן די מלמדים, משגיחים אאז״װ ביז באזארגן די בחורים פון דער פרעמד — װאס זעגען געװען היבש אין צאל — װעמען א נאכט־לעגער, און װעמען ״א טאג״• געװען א היבשער טײל בחורים ״טעג־ עסער״, װאם בעלי־מלאכות אץ בעלי־בתים האבן געגעבן

passage_d915c94c3afe26149e2f13e9
Passage 3normalized OCR · source chars 2096-3081

בכבוד גדול, יעדער א טאג אין װאך צו דרײ מאל אין טאג עםן פאר א ישיבה־בחור. פאר דעם אלעם האט געזארגט דער גוטער ר׳ אברהם, דער רײכער קעםט־קינדאײדעם פץ נאפאר־ םטעקן. אחוץ דעם האט ער פון צײט צו צײט דעם אדער יענעם בחור ״געפרװוט״, װי ער שטײט עפעס אין לערנען. ער האט טאקע אלע דורך און דורך געקענט, און געװוסט װי װײט יעדער איז אין די לימודים. נישט איץ מאל האט ער א בחור צו זיך אהײמגענומען און מיט אים אביסל אונטער־ געקנעלט... נישט נאר אן א גראשן געלט, נאר האט נאך אים ארײנגעשטופט א פאר גראשן אין טאש אץ אים מאכל ומשקה געװעז• נעבן נאפארםטעקן האט געהאט אן אײזן־געשעפט ר׳ משה גארליצקי, א הערלעך־שײנער ײד, א גביר אן אדיר און אלעקםאנדער חםיד, אויך קײן קיגדער נישט געהאט. א בעל־ נגינד״ און לײט פלעגן זאגן : נישט אומזיםט הײסט ער גאר־ ליצקי — ער האט א גארגל - דערנעבן איז װידער געװען א שײן גאר מאדערן גרויס שפײז־געשעפט, װאם דער אינהאבער, ר׳ יחיאל נתן פעפער, אויך אן אלעקםאנדער חםיד, א הדרת־פנים מיט א קלײן פײן געפלעגט שװארץ בערדל, אזוי װי א גביר א תלמיד חכם צושטײט - אבער שוין מיט א היבשן שמינית גאװה•

passage_94374a160cc273de3d514c1d
Passage 4normalized OCR · source chars 3083-4077

אז ער איז געגאנגען אין גאם האט זײן אויםזען װי געזאגט: דרך ארץו אט גײט דער ליפעראנט פון גענעראל־גובער־ נאטאר... כאטש אזעלכער איז אין כמיעלניק נישט געװען׳ אבער זײן געשעפט איז באמת ראוי געװען צו דעם, וױיל ם׳איז כמעט געװען דאס אײנציקע פײן דעליקאט־עםן־געשעפט. ר׳ שמואל זײגערמאכער, א ײד מיט א לאנגער געלער בארד, א טייערער ייד װאס ר׳ לוי יצחק װאלט אויף אים זאגן : זע, רב״שע, װאם פאר א טײער פאלק ישראל דו האסמ, אפילו װען ער פארריכט זײגערס, זאגט ער אויך תהיליםו מחמת בײ אים האט זיך שטעגדיק דאס מויל באװעגט׳ געשלוקט אויף אויםנוױיניק תהילים װיפל ם׳האט זיך געלאזט, ממש א זולל וסובא אויף תהילים... אחוץ פארטאג בײם דאװענען אין חםידישן בית המדרש — פארן דאװענען און נאכן דאװענען, שטענדיק זיך אנגעזעטיקט מיט א פאר קאפי־ טלעך תהילים, אויך בײ זײן ארבעט. אזוי אויך זיץ שכן ר׳ הערשל םטאלמאך. ער האט א גאנץ קײלעכדיק יאר סון דער פרי נאכן דאװענען ביז מנחה־מעריב און נאכן צוריקקומען זיך װידער אװעקגעזעצט ביז שפעט אין דער נאכט אץ געגרײט האלץ־רעדער פאר פויערשע װאגנם און דעם גאגזץ איבעריקן האלץ־געשטעלן — אץ אזוי די צוױי

passage_263ff0423a601a2f44dbf149