235 פנקם כמיעלניק• 236 קאמאשן־מאכער פון הויף — נאר דאװענען׳ מאכן כאלעװעס א גאנצן טאג׳ מנחה מעריב און צוריק צו דער אדבעט׳ און... װידער פשישװעס...
געװען אין מארק א גרוים זײפן־געשעפט מיט א זײפן־ פאבריק פון א ביז גאר אריגינעלן הארציקן ײד. א בעל מדות מיט ײדישן הומאר. נעבן אים נישט װײט איז געװען א גרויסער סקלאד פון זאלץ׳ װעלכער האט געהערט צו א רײכן אריגינעלן ײד׳ אן אלעקסאנדער חםיד׳ א ײד א פיקח׳ און א שװײגער... ער האט קײן קינדער נישט געהאט און אייז געװען אנגעשטאפט מיט אוצרות — און א ברודער האט ער געהאט״ ר׳ מאירל קאלעקטאר׳ װאם איז געװען א מטופל מיט קינדער׳ און נעבעך א ביטערער ארעמאן׳ װאס דער גרויסער ,/לאס״ איז קײנמאל בײ אים נישט ארוים... לעבן זײ איז געװען לעשמאנס רעסטאראן־האטעל׳ דער אײנציק־מאדערגער האטעל פאר יענער צײט אין שטאט׳ א האטעל מיט גרוים־שטעטישן פארנעם. דארט האט געהערשט א ממש גוײשקע זויבערקײט׳ האט מען געזאגט. ער איז טאקע געװען׳ דאכט מיר׳ אויך כמעט דער אײנציקער האלב־אסימילירטער ײד אין שטאט׳ דארט האט מען גערעדט מער פויליש אץ רוסיש װי ײדיש. צארישע נאטשאלםטװא האט אים אבער יא געהאלטן פאר א ײד. װען דער קריג איז אויסגעבראכן און מ׳האט אין אלע ײדישע שטעט און שטעטלעך איבער גאנץ פוילן גענומען ״זאקלאדניקעס״, איז לעשמאן דער ערשטער געװארן באשטימט אלס ײדישער זאקלאדגיק׳ צוזאמען מיט נאך צװײ ײדן׳ ר׳ מאירל פרידענזאן׳ א ײד א גביר און א למדן׳ און נאך א שײנעם באלעבאס׳ ר׳ ױיזעפ מינסקי.
און דערלעבן איז אויך געװען דאס געשעפט פון ר׳ איטשע מאיר לײנמאן׳ טאקע א פײערדיקער גערער חסיד׳ דער מוהל פון שטאט און אײגנטימער פון אן אײזן־און שלע־ םער־געשעפט. בײ אים האט מען באקומען שלעםער פון קאמפליצירסטן מין. דאס װאם מ׳האט בײ אים נישט באקומען׳ האט מען געוװסט׳ מוז מען פארן אײנקויפן אין קעלץ. דער ײד איז געװען א למדן מופלג׳ א בעל־מדות און אנגעזעענער בעל־הבית. אינמיטן מארק איז געשטאנען א בודקע פון סאדע־װאסער און ״סאכארמאראזשנע״ — דאס אײנציקע געשעפט פון דעם מין און האט געהערט צו ר׳ אליעזרן פון דער רויטער בודע, ר׳ יצחק שוחטס אײדעם. דער ײד איז געװען א קינסטלער אין זײן פאך׳ װאס שײך צוגרײטן כל המינים ממתקים. די פויערים אויף די יארידן האבן געלעקט די פינגער פון זײן מחורה. פאר ר׳ יצחק שוחט איז אבער נישט אנגעשטאנען די פרנםה פון אײדעם און אים אװעקגעשיקט קײן אמעריקע. דער זון און טאכטער האבן געפירט דאס געשעפט און גאר נישט שלעכט געמאבט. פון דאנען קומען מיר צו צום קלײנעם מארק. דארט האט זיך געפונען דאם בארימטע םפרים־געשעפט פון ר׳ שלמה זאנשײן׳ װאם צום געשעפט האט מען געדארפט ארויפגײן א פאר געפלאסטערטע שטיגן׳ װי צו א מקום קדוש. אזוי איז טאקע געװען דאם געפיל פון די אלע׳ װאס זענען דארט אהין
ארײנגעקומען. א הויך געװעלב׳ מיט פאליצעם ביז אונטערן סופיט׳ א פול געפראפט געװעלב מיט ביכער און תשמישי־ קדושה׳ האט טאקע יעדן ארומגענומען א געפיל בײם ארײנ־ קומען אהין פון ״של נעליך מעל רגליך״ - דארט האט מען געקויפט טליתים׳ תפילין׳ ציציןת און םפרים מכל המינים׳ אנהויבנדיק פון ש״ם׳ פוסקים׳ ױרה דעה און כל מיגי רבנישע ספרים ביז א שיר המעלות פאר א ױלדת... ר׳ שלמה זאנשײן האט געמאכט אן אײנדרוק פון א ײד אן אסקעט׳ מיט זײן שפיציקן געל־רויטלעכן און דאר־בלאסן פנים מיט דער שפיציקער נאז און א ברײטן הויכן שטערן. ר׳ שלמה איז תמיד געװען פארנומען און פארפארעט מיט געדאנקען און טראכטענישן׳ געטאן עפעם תמיד׳ און ס׳האט דיר אדיסגעזען׳ אז מיט גרוים שװערקײט האט ער זיך׳ נאר װאם׳ לכבוד דיר׳ אפגעריםן פון זײנע מחשבות׳ כדי דיר צו ענטפערן אויף דײן פארלאנג... און מ׳האט בפירוש געפילט׳ אז מען טוט אים א עװלה׳ װאס מ׳רײםט אים איבער אין זײנע געדאנקען... און אין דער אמתן׳ א קלײניקײט׳ א ײד׳ װאס פארט אפט אלײן און פערזענלעך קײן װארשע און ברענגט פון ערשטן מקור טאקע׳ פון װארשע זעלבסט׳ קײן עין הרע אזויפיל הײליקײטן ! י
באלד נעבן זאנשײן איז געװען די אײנציקע דאן אין שטאט דרוקערײ ״ענערגיע״ פון יעקל דזשארע׳ װאס איז אויך געװען א ײדישער לאװניק אין מאגיסטראט. אין דעם זכות׳ זעט אויס׳ איז ער געגאנגען אין מיטן דער װאך א שנײ־װײס געפרעסט העמד מיט א שװארץ שניפסל און אין פענסנע. זויבער׳ עלעגאנט אנגעטאן׳ א פײנער אנצוג׳ שטײף געפרעס־ טע הויזן׳ האט ער געמאכט אן אײנדרוק פון אן ״אוטשאנעם יעװרעי״. עם איז בײ אים געװען א קלײן אבער זײער א פײנע׳ ציכטיק־זויבערע דרוקערײ מיט א האנט־פרעסל אויף צו דרוקן קלײנע זאכן פארן בױרא און װיזיט־קארטן׳ קלײנע אפישן אאז״װ. ער איז תמיד געװען פארפארעט אין גאם מיט אײגענע און קהלשע זאכן׳ און זײן ײנגערער ברודער׳ הירש מאיר׳ האט געארבעט און געפירט דעם דרוק. דאס איז געװען א פרײלעכער׳ זינגנדיקער בחור און... ״דארט װו צעדער בליען״ איז געװען זײן באליבט לידל צװישן אנדערע צױן־ לידער. דארט איז טאקע געװען מײן ערשטע פאך־שולע אלם האנט־זעצער און דער המשך איז געװען פיר יאר שפעטעד אין װארשע בײ ברידער װאיטשיקעװיטש — אבער דאס איז שוין א קאפיטל פאר זיך.
אין דער ״טומאה״־גאס האט געװוינט א ײד׳ האט מען אים גערופן ר׳ פנחס׳ל׳ בלשון חיבה. ער האט געהאט א שניט־קראם׳ א גרויס געשעפט׳ און איז געװען א גביר אדיר. דאס הויז׳ װו ער האט געהאט די קראם איז געװען זײן׳ און איבער דעם געשעפט האט ער געהאט די װוינונג. אן אפארטאמענט פון 6—7 צימערן דאכט מיר׳ האט קײן קינדער נישט געהאט — און אפשר דערפאר׳ האט ער געהאט א שװאכקײט צו רבי׳ס$ אין יענער צײט פלעגן זײן א סך