Original scan
Original memorial-book scan 123
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-903

237 יחיאל גאםאװיזגע — גאסן און מעבטשן 238 רבי׳ס און אויד רבילעך׳ װי מען האט זײ גערופן׳ װאם פלעגן ארומפארן איבער שטעט און שטעטלעד און טײלן י,שועות וגחמות פאר נויט־באדערפטיקע... זײ פלעגן קומען אין שטאט׳ אגהײבנדיק םון ר׳ מאטעלע קוזמיר און פינטשעװער רבי ביז אנדערע צענדליקער אומבאקאנטע רבי׳ם׳ און זײ פלעגן אלע אײנשטײן בײ ר׳ פנחסלען. ר׳ מאטעלע און ״דער פינ־ טשעװער״ האבן געצויגן א ריזיקן עולם צו דיערע טישן. צו אלע דרײ שבתדיקע סעודות זענען ביי ר׳ פנחסלען אלע צימערן איבערפולט געװען מיט עולם און ס׳זענען געפראװעט געװארן שבת־טישן כיד המלך׳ מיט א גבירישער רחבות. געװען רבי׳ס מיט א שטארקן כוח הנגינה׳ האבן זײ געדאװנט אין גרויסן בית המדרש און בײ ר׳ פנחסלעם טיש געפרא־ װעט מיט איבערפולטע צימערן פון קהל׳ און טאקע ר׳ פנחםל מיט זײן אשת־חיל אלײן האבן דערלאנגט צו די טישן — מיט א היבש ביסל משפחה־העלפערם — פון כל טוב׳ מיט ליבשאפט און איבערגעגעבנקײט׳ װאם האט ארויםגערופן אלעמענס התפעלות פאר אזא ברײט־הארציקער נדבנות.

passage_c5c6dffb7ec231c7fa1bcb4a
Passage 2normalized OCR · source chars 905-1381

אביםל אראפצו׳ בײם בוסקער שאםײ האט געװוינט ר׳ דוד ראדישיצער (גאנצארסקי), א הויכער ברײטפלײציקער שײנער ײד׳ געװען פון די חשובע גערער חסידים. א רײכער אײער־ סוחר געװען און געהאט עטלעכע זין. דער עלטערער — יעקב׳ האט געלערנט אין דער ישיבה ביי ר׳ יצחק־ישעיה און איז געװען דער ליבלינג פון רב׳ ר׳ א. י. סילמאן. ר׳ דוד אלײן האט זיך אויסגעצײכנט מיט פאלקסטימלעכן הומאר׳ װאס ער האט אויםגענוצט םײ אין ײדיש םײ אין פויליש. די פויערים׳ װאם פלעגן אים ליפערן אײער האבן הנאה־געהאט צו שמיעסן מיט אים.

passage_80287b1a05b2105d10098d2d
Passage 3normalized OCR · source chars 1383-2491

געװען א משפחה׳ א ברײט־פארצװײגטע — די בלאנקעס. ײדן אנגעשטאפט מיט תורה און גדולה. זײ זענען געװען משפחהדיק פארבונדן מיטן מאדזשיצער רבין׳ און אז ס׳איז פארגעקומען א חתונה אין דער משפחה׳ האט שטאט שוין געװוסט׳ אז ס׳װעט זײן פרײלעך׳ װײל דער רבי מיט פיל פון זײנע חסידים װעלן קומען. א חתונה בײ די בלאנקעם איז געפײערט געװארן גאנצע זיבן טעג — מיט חדװה׳ רחבות און נגינה. צו יענער צײט האבן די בלאנקעס חתונה־געמאכט א טאכטער מיט א זון פון א רײכן מאדזשיצער חסיד אין .ױארשע. דער רבי איז דא במילא געװען א טאפלטער בעל־ שמחה׳ נו — האט זיך געטאן אויף טיש און אויף בענק. שײן זיבן טעג פאר דער חתוגה איז דאם שטעטל געגאנגען כאדא־ ראם. ארעמעלײט האבן זיך געיאװעט פון ארבע פינות העולם און די בלאנקעם האבן געטײלט מאלצײטן כיד המלך. דערנאך האבן אנגעהויבן אנצוקומען חסידים פון װארשע׳ צװישן זײ נגידים אדירים מיטן רבין אין דער שפיץ. דער חתן האט אויםגעזען ממש א בן־מלך. צו באשרײבן די חתונה גופא איז נישט פאר מײנע כוחות אבער דאס מצװה־טענצל קען איך עד הױם נישט פארגעסן׳ װי אזוי דער רבי אלײן האט זיך געדרײט און געסאנצט מיט דער כלה האלטנדיק אײן עק פון טיכל און די כלה דעם אנדערן עק. די חסידים ארום האבן געפליאסקעט מיט די העגט׳ געטופעט מיט די פים און

passage_eefd326cb2df3052e9d4521b
Passage 4normalized OCR · source chars 2493-2627

געזונגען מיט אזא התלהבות׳ אז — מי שלא ראה שמחה... לאנג׳ לאנג דערנאו האט מען גערעדט אין כמיעלניק װעגן אמ דער אריגינעלער רײכער חתונה. *

passage_d879c05c0acd1f63e953aa2a
Passage 5normalized OCR · source chars 2629-4195

מיט צװײ באזונדערע םפעציאליטעטן האט כמיעלניק זיך אױםגעטײלט פון כמעט אלע ײדישע שטעט אין פוילן׳ פרא־ פעסיעס װאם האבן באשעפטיקט גאר א גרויםן טײל םון כמיעלניקער ײדן. דאם איז גענדזלערײ און גארבערײ. דער צפון־טײל פון דער שטאט׳ קומענדיק פון קעלץ איז געװען די גענדזלער־געגנט׳ און דער צװײטער עק שטאט, דעד דרומדיקער טײל׳ איז געווען די גארבערײען־געגנט. א היבשער טײל שטאט איז געװען פארנומען פון די גענדזלעדפ מיט זײערע גרויסע הײף, אין װעלכע עס האבן זיך געהאדע־ װעט טויזנטער גענדז. אין די װינטער־חדשים האט מען זײ געפאשעט און געשטאפט׳ און צו קריסטמעס־צײט אמ איז װינטער איז אלץ געגאנגען קײן פרײםן׳ און קײן דײטשלאנד׳ מען האט געשיקט גענדז׳ ״ארמײען״ גאנצע׳ לעבעדיקערהײט׳ און פון אלע שטעטלעך און דערפער ארום האט מען געטריבן גענדז קײן כמיעלניק פאר די גענדלזערס׳ װאם האבז זײ פאכמעניש געקארמעט און זײ געברענגט צו דער מדרגה זײ זאלן זײן ראוי פאר די ״פראסן״... אלע די ײדן װאם האבי זיך מיט די גענדז פארנומען׳ האבן קוים באװיזן פארטאג אפצודאװענען אין גרויםן בית המדרש און א גאנצן טאג האבן זיי געארבעט עבודת פרך׳ אין קעלט, פראסט׳ שנײ׳ זאװיערוכעס, און פון דעם געצויגן זײער חױנה. געװען צװישן זײ אויסערגעװײנלעך הארציקע ײדן׳ אםך ױדעי תורה׳ װאם בײנאכט האט מען געלערנט א שיעור אין גרויםן ביהמ״ד׳ א שטיקל עין יעקב גאך א טאג שװערער הארעװאניע׳ און פון די פארפרוירענע בלאע פנימער זייערע — פון א גאנצן טאג זיץ אין דרויםן — האט ארײסגעלױכטן חדוה און שמחה׳ זיצנדיק בײ די בליץ־לאמפן אין גרויסן ביהמ״ד (עלעקטרײ שע באלײכטוגג איז דאן געװען ״מאן דכר שמיה״ — נישט בנמנ א אין כמיעלניק), װו די צװײ גרויםע קאפלאװע אוױונס האבן פארשפרייט װארעמקײט איבער דעם בית־מדרש׳ האבן זײ אלע געלערנט נאך מעריב מיט אזא התמדה און נחת־רוח׳

passage_f7fcd6282d5239a5e140e1f7
Passage 6normalized OCR · source chars 4196-4814

כמעט מיט אן אפעטיט געשלונגען תורה, װאם האט אויפגע־ טײעט אין דערװארעמט די פראםטיקײט אין זײערע בײנער פון א גאנצן טאג. דעם אמתן חדװת־חײם׳ האט מען געזען בײ אט די ײזץ. און דאם זעלבע די גארבערס׳ פון צװײטן עק שטאט. א גרויםע צאל ײדן האבן באארבעט טויזנטער פעל פון כל מיני הולכי־ארבע׳ װײקנדיק זײ אין די הונדערטער טיפע גריבער׳ געװײקט מיט כלערלײ ״פײנשמעקעדיקע״ אקםידן און זאלצן׳ מערערע מאל׳ און נאכהער׳ אין דער פארם פון פארטיקע לעדער׳ צעשיקט איבער גאנץ פוילן און רוסלאנד. על פי רוב זענען דאם געװען עמך־מענטשן׳ װאס די ערשטע ארבעט׳ אויפשטײענדיק פארטאג איז געװען לויםן אפדאװגען מיטן ערשטן מנין און א גאנצן טאג געהארעװעט שװערע פיזישע

passage_1734d27a158a185b72c0e18e