241 יחיאל גאטאװיזנע — גאםן און מענטשן 242 אלײז שײבע עטלעכע דראזשקעם מיט א 6 אדער 8 פאר פערד. ער האט געהאלטן ״מענטשן״ און זײ געשיקט דא און דארט. נאר אין אן אויסערגעװײגלעכן פאל׳ װען א גרויםער רבי איז געקומען אין שטאט׳ אדער להבדיל׳ דעד גענעראל־ גובערנאטאר — דאן איז ער אלײן געװען דער ״שמײםער״ אדער אנפירער פון דער דראזשקע, װאם איז אין דעם פאל געפירט געװארן מיט דרײ פאר פערד נאשפיץ... אז ער איז דוירך די גאס, האט קינד און קײט אים נאכגע־ קוקט מיט קנאה און ״דרך ארץ״. ער איז געװען א פײן־ געבויטער מאן, געגאנגען זומער און װינטער מיט הויכע, לאקירטע שטײפע שטובלעטן־שטױול, אין א קורצן שײן־ געפאסטן רעקל מיט א הויכן קאראקולענעם היטל און שײנע גאליפע־הויזן. ער האט געהאט אן אויסזען גיכער פון א גענעראל װאס מאכט א םמאטר אין גארניזאן זײנעם...
און װען עם איז אין יענער צײט, טאקע צום ערשטן מאל £ין כמיעלניק, דערשינען א גרויםער פאםאזשיר־אויטאמא־ ביל, װאס האט אנגעהויבן קורסירן אויף דער ליניע קיעלץ- כמיעלניק־בוםק (דאם איז געװען א בארימט קורארט, װוהין מען איז אהינגעקומען אױך פון גאר װײט אפילו ובפרט פון גאנץ קעלצער גובערגיע) — און םטאפניץ, װו עם איז געװען דער פאװיאט, און דער אויטאמאביל האט זיך געמאכט זײן סטאציע פאר לעשמאנם האטעל אין מארק, — האט עם געמאכט א גװאלדיקן רושם אויף דער גאנצער שטאט בכלל, און א דערשיטערנדיקן רושם אויף די בעלי־עגלה׳ם בפרט... איך געדענק װי הײנט־ דער גאנצער מארק איז געװען פול מיט גאפיענדיקע מענטשן, װאם האבן זיך צונויפגעזאמלט קוקן דעם בײזן װונדער װי : א פארמאכטער שײנער קאססן, מיט געפאלםטערטע געזעסן אינעוױיניק — און האט בלויז פיר גומענע ךעדער... און נישט מער... און לויפט אליץ, אן אײן פערד אפילו, — אזוי פון קעלץ אן... א קלײניקײט עפעם, מ׳זעט מיט די אײגענע אויגן װי דער קאםטן לויפט אלײן פון קעלץ ביז אהער, והראיה, ער איז דאך אזוי ״נארמאל״ פארקארזשעט און פארשטויבט פון װעג, און ״סאפעט״... טאקע װי פון נאך אזא שװערער נסיעה און כאטש דו זעסט נישט קײן לעבעדיק באשעפעניש צוגעשפאנט דערצו, הערםטו װי ער סאפעט און אכצעט, אץ ם׳גיםט זיך עפעם פון אינעװײניק ארוים אויפן ברוקירטן שאםײ אזוי װי גאװער פון אומגעזעענע פערד...
אין א באזונדערן הײפל זענען געשטאנען כל מיני בעלי עגלה׳ס מיט קאפעלען אין דער שפיץ. איך בין געװען טשעקאװע צו הערן, װאם זאגט עפעם די חברותא און גאר באזונדערס קאפעלע, צו דעם ״ענין״, װאס דאס איז דאך זײ ״דירעקט״ נוגע. אלע בעלי עגלה׳ס זענען געשטאנען און מיט פארכמורעטע פנימער געקוקט קאפעלען אין די אויגן מיט אזא בעטנדיקן צער, אזוי װי די װעלט װאלט זיך זײ געעקט. ״שוין... הײםט עס... אן עק, געענדיקט מיט דעם ״פערד־מלכות״ י מ׳דארף שוין טאקע נישט מער קײן פערד ?״ אײנער זאגט ־ ״אוי, א בראך, מיר זענען דאך פארלוירן : און קאפל שטײט מיט א פארגלױוערטן בל״ק און״. קוקט״ און.. קוקט, אן א װארט פון מויל ארויםצולאזן. און לסוף גיט ער א זאג? ״פוי״, — און שפײט זװים — ״נעמט עס דער טײװל - אבער דער גענעראל־גובערנאטאר װעט זיך דאך נישט ארײנזעצן אין אזא קאסטן... מיטן גענעראל־ גובערנאטאר, פאר איך \״ - ער האט זיך דערבײ אװעק־ געדרײט אין אװעק, און מיט אים האבן פארלאזט דאס געזעמל אלע בעל־עגלה׳ס מיט אראפגעלאזענע קעפ און פארבמורעט־ טרויעריקע געמיטער...
געװען אץ שטאט א גרויםע צאל מלמדים װאם האבן געקנעלט און דערצויגן צאן־קדושים פון שטאט און דארפם־ ײדן, פון און ארום כמיעלניק. זענען געװען צװישן זײ ערלעכע אײגנארטיקע טיפן׳ אנהײבנדיק מיט די פאפולערע אין שטאט דרײ ברידער יקיר, װאם דער עלטסטער, משה אבעל מיט דער לאנגער געלער בארד האט געלערנט פץ טראף ביז חומש; דער מיטלסטער ר׳ משה יקיר, דעד מאדזשיצער חסיד, ״מיטן ארגל אין האלדז״, האט געלערנט מיט קינדער פון חומש ביז גמרא, און דער דריטער ר׳ שמעון האט געלערנט שוין מיט דערװאקסענע ״כמעט זעלב־ שטענדיקע ׳ גמרא־לערנער, גבירישע קינדער װאם האבן זיך געשניטן אויף לומדים, און ער האט זײ ארײגגעפירט אין פרד״ם. (פשט, דרוש, רמז, םוד). ר׳ משה יקיר — געװען א בארעדעװדיקער, מיט א פײנעם דינעם הומאר און לײכט־ װערטלעך, כמעט א שטיק טוביה דער... מלמד... ר׳ ױיזעפ — (ר׳ דוד׳ל פעדער־םוחרם א ברודער — א ײד א למדן און א גביר) — דער דרדקי־מלמד פון דער פיג־ טשעװער גאס — א טיפ װעגן װעלכן ם׳איז א סך צו דערצײלן... ר׳ דוד קראדגיק (רד״ק האט מען אים גערופן), געװען א מומחה, א ספעציאליםט אויף... בבא מציעא. און תמ־ד איז בײ אים געלערנט געװארן אט די מסכת און אז א ײנגל האט בײ אים געלערנט צװײ זמן, איז ער ארויס א געענדיקטער אויף... בבא מציעא - און דערבײ
געקענט אויך א מלאכה... געקאנט מאנגלעװען... מחמת צום קנעלן צו האט ער אויך געהאט א מאנגל׳ װאס איז געגאג־ גען אויף אײגענעם כוח... און װײבער זענען געקומען פון װי װײט צו אים מאנגלעװען׳ כדי אונטערצושטיצן א בן־ תורה. נישט װײט פון אים האט געװוינט ר׳ שמעלקע אײגביג־ דער, װאס איז געװען בארימט אין שטאט אלס דער בעסטער פון די אײנבינדערס, און וואס האט פארמאגט א זון׳ ליפע׳ װאם זיץ ״לײשן״ מיט גאלד און זילבער די םפרים האט געהאט א שפ. ״ער האט גאלדענע הענט״ האבן קובדן געזאגט, א;ן א ״בלעטל גאלד״ פארװענדעט ער ביזן לעצטן מילימעטער. אין קעגנזאץ צום טאטן, װאס איז בעיקר געװאקסן אין דער ברײט און די בארד נאך מער םאר אים׳ די מאמע װידער אין דער הויך, און בײדע שםארק־ בארעדעװדיקע, איז ליפע געװען א שװײגנדיקער, מיטל־װוק־ סיקער אויםגעדארטער בחור פון א יאר דרײםיק דאן, אן װעלכן