243 פנקם כמיעלניק 244 ״עזרת הנשים״ של בית הכנסת שהפכה לממגורה — צולם בשנת 1958 צעשאטענע תבואה אין עזרת נשים, פון דער שול, װאס איז פארװאנדלט געחיארן אין א תבואה־שפײכלער — אויפגענומען אין 1958 'חתימת זקן... געשמועםט האט מען אין שטאט, אז אין ״5־טן יאר״, דעם 9־טן יאנואר, האט ער מיט יעקל דזשארע צוזאמען, געצויגן פארבינדונגען אזש ביז פעטראגראד, און ביז גאפאן... און ער האט זיך שיעור נישט פארבריט... און פון דאן אן איז ער געבליבן א שװײגנדיקער און געאר־ בעט מיט התמדה... אזוי האט מען דערצײלט — נאר מאלע װאס מענטשן זאגן... נישט װײט פון אים האט אויך געװוינט דער בארימטער אין שטאט ר׳ עוזר שטראוך. א ײד א הדרת־פנים, הויך מיט א שײנער װײםער בארד, געגאנגען װינטער אין א טכוירן פוטער־פעלץ, אײנער אין שטאט׳ און געװעזן ״דזשעדזשיץ״ פון עטלעכע גיטער ״צעלין״ און ״װעסאלע׳/ מיט א פארמעגן װאם ער אלײן האט קוים געקענט אפשאצן. דערבײ געװען א הארציקער, װארעמער ײד, װאם האט זיך געלאזט א םך קאםטן אויף אלע מיני געברויכן אין שטאט, און די שטוב איז געװען אן אפענע, ער האט געהאט אן אויער אויםצוהערן יעדן ײד, װאס איז צו אים געקומען און — באזונדערם — אין עת צרד״ און אנטקעגנגעקומען יעדן יזײן פארלאנג ביד רחבה — אנהײבנדיק פון א היבשן גמילת הכד ביז א נדן פאר ארעמע כלות, אזן דערבײ געװען די פשטות אלײן.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1171
passage_b749b03b30ff40d0e777eedd
Passage 2normalized OCR · source chars 1173-1411
װער קאן זײ אויסרעכענען די אלע הארציקע ײדן, מיט די גרויסע האלץ־סקלאדעם װאם יעדער פאר זיך איז געװען ביז גאר אינטערעסאנט, אזוי װי אלע, רוב רובו ײדן, פון כמיעלניק זענען געװען אנגעפילט מיט ײדישער הארציקײט און עכטער פערלקײט װי בכלל פוילישע ײדן.
passage_6b864db1858cb4f0063b9577