255 םנקם כמיעלגיק 256 דער רינע און געבליבן הענגען. די גוײם האבן באמערקט דאס גרויסע געפאר׳ האט מען געבונדן לײטערס און דעם בלעכער געראטעװעט. און להבדיל בין טומאה לטהרד.: די שטאט כמיעלגיק האט פארמאגט א בארימטע שול׳ א מעכטיקע אינטענםױוע קאנםטרוקציע פון וױיםע מויערן. קײנער האט נישט געװוסט גענוי אין װעלכן יארהונדערט זי איז געבויט געװארן. מ׳האט אבער געװוסט צו דערצײלן׳ אז דער זעלבער מײםטער־ארכיטעקט האט אזא שול אויםגעבויט אויד אין קראקע. צוױי גרויםע בתי מדרשים: דאס פראסטע בית המדרש׳ װאס איז געשטאנען נאענט צו דער שול פאר פאלקם־מענטשן און דאם חםידישע בית־המדרש פאר האלב־חםידישע ײדן מיט װעלכע די שטאט האט שטאלצירט. אין בײדע בתי מדרשים זענען געזעסן ױגגעלײט און געלערגט. * די קהילה איז געװען די אפיציעלע פארשטײערשאפט׳ האט געזארגט פאר די רעליגיעזע און דערציערישע אנגעלעגנהײטן פון די ײדן׳ װי אויפנעמען א רב׳ א דײן׳ אױסהאלטן שוחטים׳ חזגים׳ שמשים׳ א מקוה׳ בתי־מדרשים׳ אבטונג־געבער אויף כשרות וכדומה. די םירערם פון דער קהילה (אדער גמינע) פלעגן זיד רופן ״דאזארעם״. זײ פלעגן געװײלט װערן יעדעס יאר דורך די באלעבאטים פון שטאט. מערםטנס פלעגן די װאלן פארקומען חול המועד פםח.
שפעטער׳ בעת פוילנס באפרײאונג זענען די דאזארעם אפגעשאפט געװארן. א דעמאקראטיש װאל־םיסטעם איז אײנ־ געפירט געװארן — כמעט אלע גרעסערע פאליטישע פארטײען זענען דורך געהײמע װאלן געװען פארטראטן — אויך דער געגריגדעטער האנטװערקער־פארײן׳ האט געהאט זײנע פאר־ טרעטערס. די גמינע־פארשטײער האבן זיך געאײניקט און דערוױילט פאר א ״פרעזעס״, א האנטװערקער — הערשל גלין׳ א שוסטער. בעת ער האט געדארפט חתמענען דאקומענטן האט ער געהאט גרײט א שטעמפל מיט זיץ נאמען׳ װײל ער האט זיך נישט געקענט אונטערשרײבן. די קהילה האט אויםגעהאלטן א הקדש, וױ ם׳פלעגן באקומען נאכטלעגער ארעמע פרעמדע אורחים׳ ארעמע קראנקע און שטאט־משוגעים. די קהילה פלעגט אויך אפדרוקן און ארויםגעבן ״פרוטות״ צו ארעמע־לײט׳ װעלכע זענען געגאנגען איבער די הײזער. די ״פרוטות״ האבן צירקולירט אין שטאט. דרײ פאפירענע פרוטות זענען װערט געװען א רוסישן גראשן. אן ארעמאן א ״חוזר על הפתחים״ האט געקריגן א פרוטה׳ א סך מאל האט דער ארעמאן געקריגן א קלעצעלע צוקער. די קהילה־ קאםע האט אויםגעצאלט געלט פאר די אײנקאםירטע ״פרוטות״. דער שטאט־רב ר׳ אברהם יצחק םילמאן זצ״ל׳ װעלכער איז פאררעכנט געװארן צװישן די גרעםטע לומדים אין פוילן׳ איז געזעסן אויף זײן כםא־הרבנות אין כמיעלניק זײן גאנץ לעבן•
ר׳ בערל דײן איז געװען א למדן מופלג א גרויםער ״בעל הוראה״, האט געפסקנט שאלות. די שטאט־באלעבאטים האבן אים צוגעטײלט גרוים כבוד. זײן ברודער איז געװען א פשוטער װאםערטרעגער. שוחטים׳ ארנטלעכע ײדן׳ לומדי תורה׳ װאם האבן מיט כבוד באדינט די שטאט מיט כשרער שחיטד.: ר׳ יצחק שוחט׳ יאםעלע און עזרא שוחט אאנד׳. ר׳ יענקל׳ דער שטאט־חזן פון דער שול׳ א גוטער בעל מנגן. דאם ימים נוראימדיקע דאװענען מיט די ױנגיטשקע משוררים׳ װאם האבן געהאלטן מיט זײערע קולעכלעך װי שפיל־פײגעלעו׳ האט דעם פאלקם־ײד געגעבן אזויפיל אינס־ פיראציע אז ער האט געדאװנט מיט אזויפיל ימים נוראים־ ציטער׳ דורכגעטמען א צעבראכן הארץ׳ געבעטן א גוט יאר און גוט קװיטל. און פון דער װײבער־שול׳ װאם איז געװען געפאקט מער װי אלע מאל האט מען װארט בײ װארט נאכגעזאגט דעם חזנס תפילה.
װען ס׳איז אבער געקומען שמחת תורה פלעגן נישט אײנמאל אויםברעכן מחלוקתן׳ קריגערײען איבער אן עליה׳ איבער א פסוק ״אהה הראית״, איבער א הקפה. ס׳פלעגט קומען צו א געשלעג איבערן פסוק ״עוזר דלים״. װער געדענקט נישט די הקפות׳ װען מ׳פלעגט ארויםנעמען עטלעכע צװאנציק םפרים פון ארון הקודש ; נישט .אלע מענטעלעך זענען געװען אין א גוטן צושטאנד׳ טײל זענען געװען אפגעריםן׳ דער גאנצער פארמעט אפגעדעקט׳ בלויז צויטן, א ײד א חצוף׳ אז מ׳האט אים מכבד געװען מיט אזא םפר תורה׳ איז ארײנגעפאלן אין כעס און געװאלט דעם גבאי ממש ממיתן. דאס שטעטל איז געװען צעטײלט אין פארשײדענע קלאסן. חםידישע ײדן האבן זיך גרופירט אין שטיבלעך: גערער. מאדזשיצער׳ אזערקאװער׳ אלעקםאנדער אאז״װ. אזעלכע ײדן׳ װאם האבן נישט קײן פרעטענםיעס אויף חסידישקײט׳ האכן זיך שבת און ױם טוב פארזאמלט בײם דאדוענען אין שול אין פראסטן בית המדרש. אין די פארגאכטן, בין מנחה למעריב פלעגן פאלקם־ײדן שמועסן װעגן װעלט־ענינים׳ װאם זענען צו זײ דערגאנגען נישט דורך דעם געדרוקטן װארט נאר דעם אלטן זאג : ״עוף השמים ױליך את הקול״. דאס איז בײ זײ געװען אײגם פון די תענוגי עולם הזה׳ װײל דאס טעגלעכע גראע לעבן און די דאגות פרנסה האט דעם ײד נישט דערלויבט אפצוגעבן זיך מיט עניגים מחוץ זײן מלאכה און האנדל.
אין גערער שטיבל זענען געזעסן באלעבאטים׳ װאם האבן געשמט אין שטאט מיט זײער לומדות. געװען ױנגעלײט מתמידים. טײל מיט גאונישע קעפ׳ אײדעמס אויף קעסט׳ װאס האבן נישט געהאט קײן פרנםה־זארג פאר װײב און קינד. כמעט א העלפט פון לעבן האט מען אפגעגעבן פאר דער פארטיפונג פון לערנען גמרא מיט מפרשים.