257 יעקב פרײדמאן — דאס שטעטל װי איך גןידענק עם 258 גאר א גרויםע צאל מלמדים האט כמיעלניק געהאט. פאר־ שײדעגע קלאסן תלמידים האבן אין די חדרים געלערנט. דרדקי־מלמדים פאר קלײנע קינדער האבן פארנומען א היבשן פלאץ אין שטאט. א דרדקי־מלמד האט שטענדיק געהאט א באהעלפער (בעלפער). זײן עיקר עבודה איז געװען צו טראגן אין שלעכטע װעטערן די קינדערלעך אין חדר ארײן אויף זײנע פלײצעפ. א בעלפער האט אױך געטאן שטוב־ארבעט, צוגעהאלפן דער מלמדיכע. די דרדקי־מלמדים פלעגן זעלטן דערלויבן זײערע בעלפערם צו לערנען מיט קלײנע קינדערלעך. זײ האבן פשוט מורא געהאט, אז די בעלפערם זאלן זיך נישט ״םפעציאליזירן״ און מיט דער צײט װערן זײערע קאנקורענטן. * די שטאט האט געהאט א גרויםן ברײטן מארק מיט ברײטע טראטוארן (פאטשינעס) פאר שפאציר־גײער. גרויסע שאטקאװע לאמפן, אװעקגעשטעלט אויף הויכע םלופעס אין אלע פיר עקן מארק, פלעגן באלײכטן די פינצטערע נעכט. שבת, נאך דעם עםן, פלעגן זיך ארױםלאזן שפאצירן אויסגעפראנטעװעטע און אויסגעטראנצלטע מײדלעך, געקנאקט באניקערן, גענאשט זיםװארג און געשײלט ארבעס מיט באבעם. דאס איז אויך געװען די צײט פון די קלײנע װײםע חברה־ ניקעס, ארױםצולאזן זיך מיט גערויש און געפילדער. די טאטעם שלאפן, איז א שעת הכושר אפצוטאן כלערלײ שמד־ שטיק.
דאם גרעםטע ארומװאױוערײ פון די קונדםים איז געװען אין בית המדרש אין פאליש מיט דער וױיבער־שול אין בית מדרש־הויף. דארט איז אלץ געגאנגען כאדאראם, א טראםקער־־י פון פאלענדיקע בענק און שטענדערס, חברה האט זיך געדראפעט פשוט אויף די גלײכע װענט. איז דעם שמש געלונגען צו כאפן אײנעם פון די לאבוםעם, האט ער אים די אויערן געפליגט, אז איבעריקע האבן זיך אפגעטראגן װו דער פעפער װאקסט. דער גאנצער מארק איז געװען ארומגענומען מיט גרעםערע און קלענערע קראמען, אנגעפיקעװעט מיט כלערלײ סחורות : שניט, אײזן, שפײז. אחוץ קלײנע ארעמע קרעמלעו׳ יװאם פלעגן ארויסשטעלן זײערע סחורות פאר די אפעגע טירן• הײנט זיצערס און זיצערקעס, װאס פלעגן װאכן בײ זײערע פטראגאנעם פון באגינען ביז שפעט אין דער נאכט. זומער זיך געפרעגלט אין היץ, און װינטער געװארעמט די פאר־ פרוירענע בײנער איבער ״פײערטעפ״, אויםקוקנדיק א קונה װי מיט ליבט. בשעת די דאנערשטיקדיקע יארידן, װען הונדערטער פויערים פלעגן זיך צונויפפארן פון די ארומיקע דערפער צו פארקויפן זײערע דארפישע פראדוקטן און פאר דעם געלט אײנקויפן ״שטאטישע םחורות״, זענען אלע גרעםערע און קלענערע קראמען געװען איבערפולט מיט גוײפ•
אין מארק־טאג זענען אויך ארויס מיט זײערע געשטעלן אלע סארט טאנדײט־בעלי־מלאכות .• שנײדערם, שוסטערם, פטאלארעס אאז״װ׳ מיט פארטיקע אויפגענײטע רעקלעך׳ הויזן׳ העמדער׳ פארטיקע שטיװל. װינטער פלעגן זיי פירן פעלצן׳ ׳װינטער־הענטשקעס מיט אײן פינגער און אװעקלאזן זיך אויף די יארידן אין אנדערע קלײנע שטעטלעך* בוסק׳ פינטשעװ, סטאפניץ, שידלעװ. אחוץ דעם גרויםן מארק איז געװען דאס קלײנע ״מארקל״. פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז דארט געװען לאקא־ ליזירט די ״פאליצײ־סטאנציע״ מיטן נאטשאלניק בראש בײ מיכאלסקי. דאס גרעסטע אײזן־געשעפט האט זיך געפונען אינעש קלײנעם ״מארקל״. משה פײנגאלד איז געװען דער אײגנ־ מימער. די אײנציקע ״קשענגארניע״ (ביכער־געשעפט) װאם האט זיך דארט געפונען, פלעגט צושטעלן פאר די ״פאװשעכנע שקאלעס״ (אלגעמײנע שולן) אלע שרײב־מכשירים און לערן־ ביכער. דער אײגנטימער, דער פאפולערער מוכר־םפרים, איז געװען דער באשײדענער און תמימותדיקער שלמה זאנשײן, װאס האט ארײנגעברענגט אזויפיל אויפלעב אין שטאט, כײ בײ ײדן םײ בײ גוײם. אחוץ דעם גרויסן רינג־מארק, האט די שטאט געהאט א גרויסן פלאץ פאר פערד, בהמות און חזירים־ פארקויף — די ״מריצע״. יעדן דאנערשטיק, בעת די פויערים האבן זיך צוזאמענגעקליבן מיט די בעלי־חי איז געיװארן א געהירזשערײ אריה מערזער : גאט פון אברהם