רעאו קרײנפראץ / די מלחמה איז אויסגעבראכו (בוענאם־אײרעס) לײביש קלײגפלאץ א טרױער נידערט אראפ אין שטעטל
דער הימל לויטער װי קרישטאל און די זון באװייזט זיך מיט איר שטארקער קראפט. עס ברענט און בראט די היץ פונקט װי עס יװאלט א פײער אין די הימלען געברענט. עס איז נאך זײער פרי און עס קומען שוין פון אלע דערפער פויערים מיט אנגעפולטע װעגענער׳ מיט פארשידעיע ארטיקלען װי ־ עפל, בארנעם׳ פלוימען׳ װײץ׳ קארן, גערשטן׳ האבער, קארטאפל, האלץ װי אויך עופות, פערד און בהמות. עם װערט שנעל פול דער גרויסער מארק און אויך דאס קלײנע מארקל׳ װי מען פלעגט עם רופן. עפעס יעדער אײנער פילט און קײנער וױיסט נישט, װאם דאם באטײט דער הײנטיקער דאנערשטיק מיט דעם גרויסן יריד. מענער דערצײלן װעגן דעם פארנעם און גרויסקײט פון דעם יריד. פרויען דערצײלן אז אזא יריד איז שוין לאנגע יארן נישט געװען. אין גרויםן בית־המדרש, װו עם דאװנען די בעלי־מלאכות, יאגט מען צו א ביסל דאס דאװנען, כדי װאס שנעלער צו זײן אויסן מארק. קײנער האט זיך נישט פארגעשטעלט װאם פאר א שטורעם עם קומט אן, װײל אין יענער צײט האבן נאך זײער װײניק ײדן פון שטעטל געלײענט צײטונגען, איבער דעם איז אלץ געקומען אזוי פלוצלינג אומגעריכט בײ ײדן װי בײ נישט־ ײדן. נאך א גאנצן טאג טומלען און רוישן זעט מען ױי פרײלעכע פויערים זינגען מיט פלעשלעך װאדקא אין די הענט און מען שרײט מיט די לעצטע כוחות, ביז זײ פאלן שיכוד אויף דער ערד.
אזוי פלוצלונג גײט ארוים פון מאגיםטראט א גוי, .א נידעריקער, א דיקער, מיט לאנגע װאנסעס, געשטופלט מיט א גראבער לאנגער נאז. אויף דער פלײצע טראגט ער א פויק ; און װען ער קומט אין מארק ארײן הײבט ער אן צו פויקן : באם־באם־באם־באם. עס װערט א געלויף פון אלע זײטן. עם לויפן מענטשן. מען שפריגגט אריבעד װעגעגער. יעדער אײנער װיל װיםן װאס האט פאסירט. אלע קלײטן װערן לײדיק מיט אײן מאל. ײדן לאזן איבער די פרויען אין די קראמען און לויפן אויך. אלץ לויפט. עם איז א שטופעניש און דרענגע־ ניש ; יעדער אײנער װיל זײן װאם פריער אויף דעם פלאץ צ״ הערן װאס קומט פאר. און דעד םטרוזש כאמקע, פון מאגיסטראט, האלט אין אײן קלאפן אין דער פויק. מיט אמאל איז שטיל געװארן און דער סעקרעטאר פין מאגיםטראט נעמט ארוים א לאנגן װײסן פאפיר און הײבט אן צו לייענען: ״אין נאמען פון קײזער צאר ניקאלײ דער צװײטער בין איך געקומען מעלדן, אז אלע ״אבױואטעלעס״ פון שטאט און דארף פון מיליטער־עלטער ביז פערציק יאר זאלן מארגן פרײטיק א גאנצן טאג זען זיך צושטעלן צים זאפאס, װײל אונדזער קײזער זאל לעבן, האט דערקלערט קריג דײטשלאנד און עםטרײך. װער עס װעט עובר זײן אויף דעם געזעץ פון מלכות װעט באשטראפט װערן מיט דער הארבסטער שטראף. טא געדענקט, אז מיר באדארפן אלע פארטײדילן דעם צאר און דאס לאנד״ !
מיט אײן מאל איז געװארן אזוי שטיל, אז בײ יעדן אײנעס האט מען געקענט הערן װי דאם הארץ קלאפט פאר שרעק. מען האט צו זיך נישט געקענט קומען. װאם איז דא מיט אײן מאל פארגעקומעןי יעדער פויער האט אײנגעשפאנט זײן פערד און װאגן און ם׳איז נישט געװען צו דערקענען׳ אז דא איז מיט א פאר שעה פריער געװען א יאריד׳ אויס רעש׳ אויס געלארעם, אוים געזאנג, אלץ איז ניכטער געװארן. דער גרויסער און קלײנער מארק איז שנעל לײדיק געװארן. באלד איז געװארן א געיאמער, א געװײן. װאס טוט מען, װי אזוי װעט מען זיך אן עצה געבן ? — שרײט א פרוי מיט א געװײן צו איר מאן זײער א פרומען — נישט־לאנג װי דו האםט אפגעדינט פאניען. און אצינד װעסטו גײן אין מלחמה ארײן פאר אים. עם הערן זיך געװײנען פון א סך ײדישע הײזער. מען הערט װי קינדער שרײען, מאמעס װײנען׳ פרויען הלשן פון שרעק. דאס גאנצע שטעטל װײנט.
פלוצלינג װאקסט אויס דער שטאט־שמש דוד שעלמעקס, אזוי פלעגט מען אים רופן, מיט זײן גרויסער און ברײטער בארד, מיט א פאטשײלע אויפן האלדז אין א שװארצער קאפאטע, פול מיט צויטן, און גרויםן קאשקעט אויפן קאפ מיט אן אויםגעדרײטן דאשיק. ער רופט די ײדן אין שול ארײן : מען דארף תהילים זאגן, עס קומען אן ביטערע צײטן פאר אונדזער פאלק. באלד האט מען געזען װי עס גײען טאטעס מיט קינדער, עלטערע ײדן, אלע גײען אין שול ארײן זאגן תהילים; אויך פיל פרויען, װאס האבן געקענט דאװנען זענען שנעל געלאפן אין װײבער־שול ארײן. דאס שטעטל האט אויסגעזען װי עם װאלט געװען ױם־כפור. מען האט נישט מער געהערט װי װײנען. אדי האט אויסגעזען דער לעצטער דאנערשטיק אין כמיעלניק פארן קריג פון 1914. די ערשטע אכט טעג טעג פון געװײן, טרויער און פון געזעגענען זיך — מענער פון פרויען און קינדער; זין פון טאטע־ מאמע; ברידער פון שװעסטער און חתנים פון כלרת.