263 םנקם כמיעלניק 264 א םך הײמען זעען אוים װי עס װאלטן .אװעקגעגאנגען אויף אײביק טײלן פון זײערע פאמיליעם. פרויען װײנען און װילן אז זײערע קיגדער זאלן נישט װיםן זײער טרויער• מען װישט די טרערן׳ מען ברעבט די הענט און מען בעט גאט, אז עס זאל קײן בײז נישט געשען. כלות װײנען און בעטן גאט, אז זײער באשערטער זאל צוריק אהײמקומען געזונטערהײט. אזוי זעט אוים דאם גאנצע שטעטל עטלעכע טעג נאכן אויםברוך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה. דאס פרײלעכע שטעטל איז פארװאנדלט געװארן אין אײן שטיק טרויער. עם פארן פון אלע זײטן מענטשן קײן קעלץ * פון דער גובערניע בוסק, נײשטאט, וױיסליץ, פאטשענעװ, פון פאװיאט םטאפניץ — אלץ פארט קײן קעלץ צושטעלן זיך צום זאפאס. די טעג זעען אוים װי עם װאלט אינגאנצן נישט געװען קײן טאג, נאר שטענדיק נאכט. דער הימל פארװאלקנט. די זון באהאלט זיך אין די װאלקנס, דאס שטעטל איז אין טרויער. קײנער קען נישט אײגזיצן בײ זיך אין הויז. יעדער אײנער זוכט די נאענטקײט בײם צװײטן. שכנים קומען זיך צוזאמען, טרײםטן אײנער דעם צװײטן׳ א ביסעלע האפענונג צו געבן. בײ זיך האט יעדער אײנער אין זינען : ״איך גיב האפענוגג א צװײטן און װער װעט מיר געבן האפענונג י״ דערװײל האבן שכנים צװישן זיך אפגעמאכט, אז אײנער זאל אויף דעם צװײטן אכטונג געבן, װײל אין א עת צרה באדארף מען זיך האלטן צוזאמען.
אזוי האט עם אנגעהאלטן ביז דאגערשטיק אכט אזײגער אינדערפרי. פלוצלינג הערט מען פײפן די פײערלעשער, װי עם װאלט א פײער דאס גאנצע שטעטל ארומגענומען. אלע נאך פארבליבענע פײערלעשער׳ עלטערע און ײנגערע האבן אין זײערע מלבושים ארויסגעלאפן אין גרויםן מארק ארײז און ביז אלע זענען זיך צוזאמעגגעקומען האט מען געהאלטן אין אײן פײפן. קײנער האט נישט געװוסט װאס דא קומט פאר. װען אלע זענען זיך צוזאמענגעקומען איז געװארן שטיל דער עלטםטער פון זײ, דער ארגאניםטער פון שטעטל, האט זײ געמאלדן, אז זײ מוזן צײטװײליק אויפהאלטן די ארדענונג׳ וױיל די גאנצע רוסישע מאכט האט זיך צוריקגעצויגן פון אלע גרענעץ־שטעט ביז קײן קעלץ, און ם׳קען זײן נאך װײטער. דעריבער מוזן מיר — האט ער געזאגט — איבער־ נעמען צו האלטן ארדענונג ביז עס װעט זײן נײטיק.
באלד האבן זײ אפמארשירט צו זײער צענטראלע און מען האט זײ אנגעטון צײכנס אויף די הענט און זײ דערקלערט פאר מיליץ. דעם טאג האבן ײדן פון שטעטל איבערגעלעבט גרוים שרעק. מען האט שוין די קינדער נישט געשיקט אין די חדרים, עם זענען זיך צוזאמענגעקומען אין די הײזער צו דרײ־פיר פאמיליעס כדי גישט צו זײן אלײן. ײדן האבן צװישן זיך גערעדט ? װאם װעט זײן פון דעם ? װער קען זײן זיכער מיטן לעבן ז אלע געזונטע און שטארקע מענער זענען אװעק אין דער גובערגיע און מיר זענען אויסגעשטעלט צו די געםארן פון די ארומיקע פויערים פון די דערפער. זײ באדארפן גאר צו װיםן׳ אז אלע רוםישע סטראזשניקעס זענען אװעק און דער גראבער װאכמיםטזש מיט דער רויטער שכורער נאז איז אויך נישטא מער. זײ קענען נאך בײנאבט איבערפאלן און װער װײסט וואס עס קען גאך פארקומען. מיר זענען דאד בײ זײ אין די הענט. אזוי האט דאם שטעטל געלעבט א טאג פון פארצװײפלונג און קײנער האט נישט געװוםט פון װאנען עם װעט קומען א טרײםט. די נאכט הײבט או צוצופאלן, ײדן פארמאכן זײערע קראמען, מען פארלײגט די טירן מיט ברעטער, מיט שטיקער אײזן אזוי װי מען װאלט זיך געגרײט צו א פאגראם. עם איז געקומען א פאר־ ארדענונג פון דער מיליץ, אז נאך אכט אזײגער טאר מען נישט גײן אין גאס׳ נאר די מיליץ װעט זיך טוישן און דין װאך א גאנצע נאכט.
אין קײן אײן ײדישע שטוב איז מען די גאנצע נאכט נישט געשלאפן. די קלײנע קינדער האט מען צוזאמען געלײגט אויח אײן בעט און די פרויען זענען שטיל געזעסן און געבעטן גאט אז עם זאל חס־וחלילה גארנישט פארקומען. די מענער און די דערװאקםענע ײנגלעך האבן זיך צוגעהערט צו יעדן שארך, צי עס קומט גארנישט פאר. צװעלף אזײגער בײנאכט הערט מען פלוצלינג װי עם הײבן אן קלינגען די גלעקער פון דער קירכע. זײ קלינגען װאם אמאל העכער און העכער. עם קומען פויערים פון אלע ארומיקע דערפער מיט קאסעס אין די הענט. די מיליץ קען זיך נישט קײן עצה געבן מיט זײ. מען הײבט אן פײפן פון אלע זײטן שטעטל. קינדער כאפן זיך אויף פין שלאף, װײנען און שרײען. פרויען שרײען, מענער שרײען, עפ זעט אויס װי א מלחמה װאלט אויםגעבראכן אין שטעטל. קײנער װײםט נישט װי לאנג דאס האט אנגעהאלטן, נאר אײן זאך װײםט מען, אז דער אלטער גלח׳ א גרויםער ײדן־פרײנה איז ארויסגעקומען מיט א גרויםן צלם אין די הענט און זײנע צװײ געהילפן האבן געהאלטן צװײ גרויםע לאמפן, און דער אלטער גלח האט גערופן אין גאמען פון גאט און אויפגע־ פאדערט די פויערים זאל אהײמגײן, אנישט װעט גאט שיקן א מבול אויף זײ. װי די פויערים האבן דערזען דעם צלפ• האבן אלע אנידערגעקניט און זיך געצלמט. דער גלח האט געהאלטן אין אײן בעטן מיט גוטן און מיט בײזן. ער האט אנגעװארפן אויף זײ א מורא אין נאמען פון גאט. עם האט לאנג געדויערט ביז דער גלח האט זײ אײנגעשטילט און די פויעריפ האבן זיך אומגעקערט אהײם. פון פיר ביז זעקם אזײגער אינדערפרי האט נאך דער שרעקלעכער נאכט אויסגעזען װי אויף א בית־עלמין. שטיל איז געװארן׳ צו שטיל׳ נאר יעדן אײנעם זענען די נערװן געװען אנגעשטרענגט. יעדער אײנער האט שוין געװאלט דערלעבן דעם פרימארגן.
דער טאג איז געקומען זײער א שײנער נאך א גאנצע װאך נעפל. די זון האט זיך באװיזן מיט איר גאנצער פראכט און שײנקײט, דער הימל איז געװען לויטער. עם איז עפעם געװען א װונדער־שײנער טאג. מען האט מורא געהאט צו ברענגען אויף די ליפן... אפשר װעט פארט גאט העלפן און דער שײנער טאג װעט מיט זיך עפעס ברענגען נאך אזוי פיל שרעק. אפשר װעט פארט נעמען א םוף צו די צרות.