265 לעאן קלײנפלאץ — די מלחמה איז אויסגעבראכן 266 אזוי גײט .א שעה נאך א שעה. בײ יעדן יידן קלאפט דאס הארץ אץ מען ווארט אויף אן אומגעריכטער הילף. נײן אזײגער רײטן פלוצלינג ארײן אין גאלאפ צוױי עסט־ רײכישע הוזארן געקלײדט אין אונגארישע אוניפארמען. זײ רײטן אדורך דאס שטעטל .אהין און צוריק. בײ יעדן קלאפט דאס הארץ פאר פרײד און פאר שרעק. באלד באװיץן זיר מער רײטער און זײ שטעלן זיך שוין אפ אין מארק און װילן װיםן װי די רוסן געפינען זיך. זײ רעדן און קײנער פארשטײט זײ נישט. באלד האט זיך אן עלטסטער געגעבן רעכענונג אז קײנער פארשטײט נישט זײן שפראך׳ האט ער געפרעגט װער עס קען דייטש. נו׳ װעלכער ײד קען נישט קײן דײטש י יידן האבן זיך דערפרײט׳ מען קען זיך מיט זײ אויסטענהן. באלד האט אנגעהויבן אנצוקומען מער און מער מיליטער. די מיליץ האט זיך אויפגעלײזט און די ײדן האבן פרײער אפגעאטעמט. דער רב פון שטעטל האט ארױסגעשיקט זײן שמש׳ דעם לאמען משה׳ אנזאגן אלע ײדן׳ אז מען זאל אויפנעמען דעם שבת מיט פרײד און נישט מיט טרויער. אזוי האט דאם שטעטל אדורכגעלעבט אכט טעג פון דער ערשער װעלט־מלחמה. דער טרויעריקער פרײטיק 1914 נאך צװײ חדשים אין קריג פון 1914.
קײן שום צײטונג האט קײנער נישט דערהאלטן׳ װײל די רוםן האבן זיך געהאט צוריקגעצויגן בין אױואנגראד פון אײן זײט און קײן ראכעװ פון דער צװײטער זײט׳ און די עםטרײכער האבן זיך אויף בײדע פאזיציעם זײער שטארק געשלאגן. פלוצלינג׳ א מאנטיק פארנאכט׳ װען אלע ײדן זענען געגאנגען דאװנען מנחה־מעריב׳ האט מען דערהערט עפעם .אן אויסערגעװײנלעך גערויש אין גאם. די קלײנע חברה לויפן באלד זען װאם עם קומט פאר. עם געדויערט נישט לאנג׳ קומען אלע קינדער צוריק אין בית המדרש צו זײערע טאטעס מיט געשרײען. יעדעס קינד דערצײלט זײן פאטער װאם עס קומט פאר אין מארק. מיטאמאל װערט א שטארקע מהומה און א גרויםער גערודער. מען האט שנעל פארענדיקט דאם דאװנען. די קינדער רופן די טאטעם אהײם. דאס עסטרײכישע מיליטער ציט זיך צוריק. א שרעק האט באפאלן אלע ײדן. באלד זענען זיך צונויפגעקומען שכנים און יעדער אײנער האט אויסגעגאםן זײן ביטער הארץ : ״װאם װעט מען איצטער טאן י די עסטרײכער גײען צוריק׳ װער װײם װאס עס װעט װידער פארקומען בײ אונדז אין שטעטל י״ בײ יעדן אײנעם קלאפט דאס הארץ און קײנער װיל נישט ארויסרעדן קײן שלעכט װארט׳ אבער יעדער אײנער קרעכצט און זיפצט. א גאנצע נאכט הערט מען געשרײען פון די אפיצירן צו די זעלנער מען זאל מארשירן גיכער. עם הערט
זיך דאס קלאפן פון די רעדער װאס פירן די שװערע קאנאנען׳ די פערד הירזשען׳ מען טרײבט ױי אן אויפהער. צומארגנם האט דאם גאנצע שטעטל אױסגעזען װי א מלחמה־ פלאץ. אלע גאסן זענען פול מיט מיליטער. אין מיטן מארק שטייט א גרויסע קיך און טיילט עםן די זעלנער. מיליטערלײט ליגן אויסגעצויגן אויף די שטײנער אין מיטן גאס און אויף די טראטוארן דערשעפטע און מידע אן כוחות. די ביקסן שטײען אויסגעשטעלט צו דרײ אזוי גלײך׳ װי ױי װאלטן לעבעדיקע װעזנס געװען. אזוי האט עס אנגעהאלטן דרײ טעג און דרײ נעכט. אויף דעם פערטן טאג׳ דאנערשטיק אינדערפרי זעט מען שוין ׳־י לעצטע זעלנער; זײ װילן שוין נישט גײן׳ זײ קענען שײן נישט גײן. זײ װילן זיך מער נישט שלאגן׳ זײ װילן זיך אונטערגעבן׳ אבער די אפיצירן שלאגן זײ און יאגן מיט די גאנצע כוחות פאראוים׳ װײטער... דער הימל איז פארװאלקנט עם פילט זיך װי די הימלען װעלן זיך באלד צעװײנען׳ זײ קענען נישט צוקוקן וױ א װעלט מיט מענטשן קומען אום...
דערװײל האט זיך נאך קײנער נישט געריכט׳ אז דאס גאנצע שטעטל איז שוין .ארומגערינגלט פון די רוסישע קאזאקן. אין דער הויך פון דער שידלאװער גאם אויף ־י םקאלעס׳ אין דער הויך פון דעם נײעם בית עולם׳ אויף דער קעלצער זײט׳ זענען געװען אויםגעשטעלט רדםישע קאנאנען און פון דער אנדערער זײט שטעטל׳ פון דער פינטשעװעי און בוסקער זײט׳ זענען געשטאנען עסטרײכישע קאנאנען׳ און פלוצלינג דערהערט זיך אזא אפהילך׳ אז פאר שרעק זענען מענטשן צעמישט געװארן. מאמעס האבן געוױינט און גערופן זײערע קינדער׳ קינדער האבן געװײנט און זיד געטוליעט צו זײערע עלטערן. מאמעס האבן געטראגן זײערע קלײנע קינדער און זײ געדריקט צו די הערצער׳ אז קײנער זאל זײ׳ די קינדער נישט צונעמען ; די עלטערע שװעםטעי־ אין ברידער האבן געשלעפט די ײנגערע בײ די הענטלעך אין די קעלערם ארײן.
װען אלע מענטשן זענען שוין געװען אין די קעלערם האט יעדע מאמע מיט טרערן אין די אױגן אין מיט א צעבראכן ר׳ארץ׳ געצײלט אירע קינדער׳ צי עם פעלט חלילה נישט קײנער. די קאנאנען האבן געארבעט פון בײדע זײטן. קינדעד װײנען אין דער שטיל פאר מורא׳ זײ פארשטײען׳ אז עפעס שרעקלעכעם לויערט אויף זײ און די מאמעם האלטן ארומ־ גענומען זײערע קינדער׳ טוליען ױי. די מאמעס בעטן: גאט גרויסער גאט׳ באשיץ און באשירעם און היט דײן פאלק אין זכות פון די קלײנע קינדער׳ אויב מיר זענען עם נישט װערט.,. פלוצלינג דערהערט זיך .א שטים פון אן עלטערן ײה י׳ מלך׳ װעלכער האט מיט געװײן געזאגט צו די קינדער : ״װער פון אײך קען שוין דאװענען זאל מיט מיר מיטזאגן תהלים !״ װײבער האבן געבעטן רחמים בײ גאט ; מענער האבן תפילה געטאן; קאנאנען האבן געקלאפט. אלץ האט אויסגעזען װי אײן מישמאש ; די װעלט גײט אונטער.