Original scan
Original memorial-book scan 139
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-589

מאטלראזנבלים / זכרונות פוו ערשטו וועלט־קריג ױלי 1914. די מלחמה איז אויסגעבראכן• ײדן גײען ארום פארזארגט. רעדלעך נעמען זיך צוזאמען אין מארק. יעדער אײנער װיל וױסן, װאס עס קומט פאר. קומט עמיצער פון קיעלץ׳ װארשע אדער פון לאדזש, װערט ער באלד ארומ־ גערינגלט פון נײגעריקע, װעלכע װילן הערן די לעצטע נײעם. און אז װער פון די ערשט־אנגעקומענע ברענגט מיט א ײדישע צײטונג פון װארשע׳ װערט ער פשוט באלאגערט פון מענטשן. דער מסחר און די ארבעטן האבן זיך כמעט װי אפגעשטעלט. עס קומען אויך אהײם א סך ארבעטער און אנגעשטעלטע םון די גרויסע שטעט, װארשע, לאדזש. אויך דארט האבן זיך די מםחרים און די ארבעטן אפגעשטעלט.

passage_753ddc0ab0aa26342dace386
Passage 2normalized OCR · source chars 591-1272

דאס רוםישע מיליטער ציט זיך צוריק פון די דײטשע און גאליציאנער גרענעצן און גײען פארבײ כמיעלניק כמעט אומבאמערקט. מיט צװײ װאכן שפעטער קומען אבער צוריק א םך קאזאקן מיט זײערע כלי־מלחמד״ און דער כמיעלניקער רב, הרב סילמאן מיט פיל חשובע בעלי בתים גײען זײ באגע־ גענען. דער שמש, דוד שעלמעק, טראגט א גרויםע זילבער־ע טאץ מיט א ברויט און זאלץ. זײ זענען מקנל־פנים די קאזאקן־ עלטםטע מיט אויסרופן ״לאנג לעבן זאל דער צאר באטױשקא און מאטושקא ראסײא״. דער קאזאצקע־גענעראל נעמט אן די מתנה און טוט דעם רב באדאנקען מיט עטלעכע װערטער פאר דעם כבוד. די ײדן גײען .אהײם מיט א בעסערער שטימויג. אפשר װעט דאם העלפן און די קאזאקן װעלן אונדז קײן שלעכטם נישט טאן. ארום .12 א זײגער בײנאכט װעקט מיך מײן מאמע פון שלאף.

passage_50f9d6ca3586cc0fac24e041
Passage 3normalized OCR · source chars 1274-2114

זי שטײט און ציטערט. זי זאגט מיר, אז די קאזאקן האבן געכאפט מײן טאטן ערשט מיט אײניקע מינוטן צוריק און זײ האלטן אים אין גאס. איך שטײ שנעל אויף, צי ארויף די מלבושים און לויף ארוים. איך זע, אז די קאזאקן האלטן מײן טאטן און פאדערן פון אים, ער זאל זײ װײזן װו מען באקומט ״דיעװקי״ (פרויען). װיםנדיק אז מײן טאטע האלט בײ זיך א גרויםע םומע געלט, בין איך צוגעגאנגען צו אן עלטערן קאזאק מיט א לאנגער בארד, און זאגט אים, אז איך װעל אים װײזן׳ וװ מען באקומט פרויען, װײל דער ײד װײם נישט. זײ האבן זיך דערפרײט און האבן מײן טאטן באלד אפגעלאזט. װוהין צו גיץ האב איך נישט געהאט קײן אנונג. װאם טוט מען, װו אהין פירט מען זײז קײן םך צײט צו טראכטן איז נישט געװען׳ האב איך זײ געפירט ביז דער ענד פון דעד טומאה־גאס. אויף דער לינקער זײט האט געװוינט די ױלקין׳ א קריםטין׳ װעלכע האט גערעדט גוט ײדיש און יעדעי• אײגער אין במיעלניק האט איר געקענט. ״דא׳ האב איך מאטל ראזנכלום ז״ל

passage_91d7ddbc7cff8d23d5b4fa81
Passage 4normalized OCR · source chars 2116-2781

אנגעװיזן די קאזאקן׳ זענען פאראן ״דיעװקי״. די קריםטן אין כמיעלניק האבן נישט געהאט קײן לאדנס אויף זײערע פענצטער. דער .אלטער קאזאק איז צו צו דעם פענצטער א־ן האט אנגעקלאפט. און איך בין אדועק אהײם. זײענדיק זיכער אז באלד װעלן די קאזאקן מיך נאכיאגן׳ האב איך פארהאקט די טיר. עס האט נישט גענומען מער װי צען מינוט. מען קלאפט אין דער טיר און מען שרײט : גיב אונדז דעם ״זשידעק״, װעלכער האט אונדז אפגענארט. קײנער האט נישט געענטפערט׳ זענען זײ׳ נאכן קלאפן א האלבע שעד״ אװעק. צומארגנס זענען די קאזאקן אװעק צו דער עסטרײכישער גרענעץ נײשטאט, װײסלעץ אאז״װ. גאנצע טעג און נעבט זענען זײ געגאנגען אן אויפהער. די קאזאקן האבן זיך צוריק־ געצויגן פאר דעם דײטש און עסטרײכער פון דעם גאנצן פראנט.

passage_d67e4d1905e06be7f98eface
Passage 5normalized OCR · source chars 2783-3957

ױם־כיפור 1914 זענען די דײטשן ארײן אין כמיעלניק. דאם איז געװען נאך א קלײנער באשיסונג׳ בעת מענטשן האבן זיך באהאלטן אין די קעלערן. װען עס איז געװארן שטיל און די שיסערײען האבן אויפגעהערט און מענטשן זענען ארוים אין די גאםן׳ האט מען שוין באגעגנט די דײטשן. א םך דױויזיעס האבן מארשירט מיט א םך מלחמה־מכשירים׳ אז עס איז אויף אלעמען געפאלז א פחד. ביםלעכוױיז האט מען זיך אבער גענומען בארואיקן, װײל מיט די דײטשן האט מען זיך געקענט פארשטענדיקן. פון די ארומיקע שטעטלעך זענען אנגעקומען טרויעריקע ידיעות׳ װאס די קאזאקן האבן געטאן מיט די יידן. אין קראשניק, םטאשעװ און אין נאך אנדערע שטעט האבן זײ ױם־כיפור ארויםגענומען פון די שילן די ײדן און זײ געהאנגען אין די טליתים אין קיטלען׳ דואס זײ האבן געטראגן בײם דאװענען׳ אין מיטן די מערק. אין א םך שטעטלעך האבן זײ ראבירט ײדיש האב און גוטס׳ פרויען געשענדעט און פיל מענער אומגעבראכט. עס האט אבער לאנג נישט געדויערט און די דײטשן מיט די עסטרײכער און די אונגארישע פולקן, זענען אנטלאפן צוריק פאר די רוסישע חײלות׳ די אימה פאר די װילדע רוסישע און קאזאצקע געסט איז געפאלן אויף די ײדן. װידער איז כמיעלניק באשאסן געװארן. די עסטרײכער און די פוילישע לעגיאנערן אנטלויפן אין א שרעקלעכער אומארדענונג, איבער־ לאזנדיק נאך זיך פיל פראװיאנט׳ געװער און געהרגטע סאלדאטן•

passage_520e9ba0321f38b82aba7276
Passage 6normalized OCR · source chars 3959-4114

װען די רוסן זענען װידער צוריקגעקומען אין כמיעלניל׳ דאבן זײ זיך בעסער באצויגן צו די ײדן. דאס שטעטל האט אנגעהויבן אביסעלע אויפצולעבן. די םאלדאטן האבן געקויפט

passage_3e0fcb5626e2eb7e6152b626