Original scan
Original memorial-book scan 140
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-350

271 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 272 אין די געשעפטן, װאס נאר זײ האכן געקענט כאקומען. זײ האבן פאר אלץ זײער גוט באצאלט. אזוי האט אנגעהאלטן עטלעכע װאכן. ביז עס האט די רוסן װידער אנגעהויבן צו גיץ שלעכט אויף די פראנטן. ספעציעל בײ קראקע׳ פשעמישל און מזרח־גאליציע. זײ האבן זיך אנגעהויבן צוריקציען אױף אלע פראנטן. מען האט געפילט, אז שלעכטע צײטן קומען װידער אן.

passage_01f7c36db414c55ff6b7479a
Passage 2normalized OCR · source chars 352-1753

דאם איז געװען אין א פרײטיק אין מיטן טאג. איך בין געשטאנען אין דרויםן פאר מײן טאטנס געשעפט. מיט א מאל האב איך באמערקט אין דער ענד פון דער ״טומאה״־גאס װי צװײ םאלדאטן פירן דרײ ײדן פארבײ יעקל מאםקאלס הויז׳ יװײטער ארויפצו דורך דעם שול־געסל צום רעיענט׳ װו ם׳איז דאן געשטאנען דער רוםישער גענעראל־שטאב. א סך פויערים לויפן נאך און שרײען׳ אז די ײדן זענען שפיאנען. איך בין נאכגעגאנגען׳ זײענדיק נײגעריק װאס דארט קומט אזעלכעס פאר. עס האט נישט גענומען קײן 10 מינוט׳ מען פירט שױן די אומגליקליכע ארוים. די סאלדאטן בינדן זײ די הענט אויף ארונטער׳ און פארװארפן א שטריק אויף דער קראקװע פון משה שיעס טויער. א שטול װערט ארונטער־ געשטעלט. דער ערשטער גײט ארויף אויף דער שטול בנימין גארבער. דער סאלדאט פארװארפט די פעטליע אויף זײן האלדז און שלעפט אפער די שטול. ער בלײבט הענגען. דעד צװײטער איז הארשל פלאם׳ װערט אויך אויף דעם זעלבן װעג געהאנגען׳ דעסגלײכן דער דריטער. נאך דעם הענגען איז ארויםגעקומען א קאזאקישער פולקאװניק׳ האט ארויה־ גענומען זײן רעװאלװער און האט יעדן אײנעם פון די דרײ אומגליקלעכע נאך ארײנגעשאםן א קויל אין קאפ ארײן. דאם האב איך געזען מיט מײנע אײגענע אויגן. איך בין געבליבן שטײן װי פארגליװערט׳ ביז אײנער א שײגעץ איז צוגעקומען צו מיר און געזאגט׳ אז באלד װעט מען אזוי טוען מיט אלע ײדן. איך בין אנטלאפן. ארום זענען געשטאנען עטלעכע הונדערט פויערים׳ װעלבע האבן געדרײט די געהאנגענע׳ װײל אויף זײערע פלײצעס זענען געװען אנגעהאיגען פלאקאטן מיט אױפשריפטן׳ אז מען האט זײ געהאנגען׳ װײל זײ זענען געװען שפיאנען און בונטאװשטשיקעס•

passage_d05abc6998ff8654b15e0f56
Passage 3normalized OCR · source chars 1755-2577

אין עטלעכע שעה שפעטער האט מען געהערט װי מען האט גענומען פיר זאקלאדניקעם. יאנקל לאנגװאלד׳ ױיזעפ מינסקי׳ לעשמאן און ישראלקע מאירל פרידענזאן׳ און מען האט זײ אװעקגעשיקט נאך פיגטשעװ דער רוםישער גענעראל האט פארארדנט׳ אז די ײדן פון כמיעלניק מוזן היטן די כילי־ טערישע טעלעפאנען׳ װעלכע זענען אויםגעלײגט .ארום דער שטאט. זענען ײדן ארוים היטן די טעלעפאנען װאס האבן זיך געצויגן פארבײ פשעדװארזשע׳ דורך די פעלדער ביז םוכא־ װאלע׳ און װײטער ארונטער ביז לוגעװניק. אזוי האבן די ײדן אין א שװערער שנײ־זאװיערוכע אפגעהיטן די רוםישע טעלעפאנען זאלן נישט איבערגעריםן װערן דורך די סאבא־ טאזשניקעס. אלץ איז אריבער בשלום. און דאס לעבן האט זיך אויף ם׳נײ אנגעהויבל אײנשטעלן. די רוסישע סאלדאטן האבן װײטער אנגעהויבן קומען אין די ײדישע געשעפטן׳ געגעבן שײן צו לײזן. אויך די בעלי־מלאכות האבן אנגעהויבן צו ארבעטן און פארדינען. דאם מיליטער האט זיך באפעסטיקט.

passage_9de8d93143bb942372f68d12
Passage 4normalized OCR · source chars 2579-3011

די הארמאטן האבן נישט אויפגעהערט צו שיסן א גאנצן װינטער . אין כמיעלניק האבן די שויבן נישט אױפגעהערט ציטערן ביז נאך פסח. ערשט דאן זענען די רוםן װידער אנטלאפן. דאםמאל האבן זײ אבער שוין קײן צײט נישט געהאט עפעס שלעכטם צו טוען דער ײדישער באפעלקערונג זײ זענען אנטלאפן פון גאנץ פוילן׳ װײט אהײם ביז קיעװ. די דײטשן און די עסטרײכער האבן זײ געיאגט אן אפשטעל. אלע ײדן האבן דאן געזאגט׳ .אז פאר די צרות װאס זײ האבן געטאן די ײדן׳ טוט זײ גאט אפצאלן.

passage_70a9c0f96c3b754fdca5777c
Passage 5normalized OCR · source chars 3013-4176

די עסטרײכישע ארמײ איז ארײן אין במיעלניק און דאם לעבן האט וױרקלעך איצט אנגעהויבן אײנשטעלן זיך נארמאל. די ײדן האבן אנגעהויבן קומען צו זיך. עם איז מער קײן פחד נישט געװען. די עםטרײכער האבן באלד אנגעהויבן בויען א ״לאלײקע״ פון יענדזשעיאװ דורך כמיעלניק און ראקעװ ביז איװאנםק. ײדן האבן אויך באקומען פארשידענע קאנ־ צעםיעם און דער מםחר איז געגאנגען גוט׳ ביז עס האט זיך אנגעהויבן א נײ קאפיטל צרות. די עםטרײכער האבן אנגע־ דױבן רעקװיזירן בײ די פויערים תבואות׳ קארטאפל׳ בהמות׳ םערד׳ און בײ דער שטאטישער באפעלקערונג׳ ספעציעל בײ ײדן׳ האט מען צוגענומען לעדער׳ פעל׳ — אלץ װאם די ארמײ האט זיך נאר גענויטיקט׳ ספעציעל לעדער׳ װאס ײדן האבן אויםגעארבעט. עם זענען געװען א סך גארבערה ביי ײדן. נו׳ האט מען זיך גענומען צו דער ארבעט אױף א נישט לעגאלן װעג׳ און א סך האלב־לעגאל. װער ס׳האט נאר געװוםט װי אזוי מען מאכט לעדער׳ האט זיך באלד געמאכט א געהײם פאבריקל און געמאכט ביזנעס. ם׳האט זיך אויך געיאװעט באלד א ײד .א שטאט־מסור׳ מיט זײגע ארויס־ העלפערס. װער עס האט זײ נישט געצאלט קײן ״מעשר״ האט מען אים באלד איבערגעגעבן צו דער עםט־ רײכישער זשאנדארמעריע׳ די מוםרים זענען אנגעקומען און רעקװיזירט דאס גאנצע לעדער און די אײגנטימער זענען נאך באשטראפט געװארן׳ װער מיט געלט און װער מיט גײן אין ״חד־גדיא״.

passage_71ca99a833e031d019732560
Passage 6normalized OCR · source chars 4178-4735

אײן מאל לומט צו גײן צו מיר אײנער .אן ארבעטער פון די ״יאפאנשטשיקעם״ און זאגט מיר׳ אז מען האט בײ אים צוגענומען צװעלף אויםגעארבעטע ױכטן (גאנצע לעדער) און איך קען אים העלפן זײ באקומען צוריק. אזוי װי דאם זשאנדארמעריע־הויז גרענעצט זיך מיט אונדזער הויז׳ און די אויסגעארבעטע לעדער געפיגט זיך אויף דעם בוידעם צים טרוקענען׳ װײל זײ זענען נאך געװען נאס׳ און איך בין זײער א פלינקער ױנג׳ קען איך דורך דעם דאך פון אונדזער הויז ארײן צום זשאנדארמעריע־בוידעם און ארויסנעמען די לעדערם. מיך װעט ער געבן 600 קראנען דערפאר. בײ מיר איז עם געװען א ״צװאנע״ שטיקל .ארבעט׳ און איך האב

passage_5ff97330956e45dfc908bb56