273 ניאסל ראזנבלום ז״ל — זכרונות פון ערשסן װעלס־קריג 274 מאיר׳ל פרידנזאן ױיזעפ מינסקי
טאקע געװאלט עס טוען מיט דעם גאנצן הױרצן. מיר האבן אפגעשמועסט, אז ער מיט זײן ברודער װעלן שטײן פון אונטן בײ מינאלםקיס הויף, װאס גײט ארויס צום שידלעװער װעג׳ און איך װעל ארונטערװארפן פון דאך די לעדערס, װאס איך װעל ארויםנעמען פון דעם זשאנדארמעריע־בוידעם דורך דעם דימניק. מיר האבן די זאך גוט אויסגעפלאנעװעט. אין אײנעפ אן אװנט בין איך ארויף אויף דעם דאך אין האב .אלע לעדערס ארויסגענומען. אלץ איז צוגעגאנגען כשורה. עלף לעדערם האב איך ארויסגעגומען אר,׳ די ״יאפאנשטשיקעם״ האבן די לעדערס צוגענומען און זײ באשטאט. בײם לעצטן לעד״י־ אבער׳ האב איך באמערקט אנקומען די באנדע מוסרים מיט עטלעכע זשאנדארמען און זײ האבן פארכאפט די לעצטע לעדער. װען די ״יאפאנשטשיקעס״ האבן באמערקט, אז עם װערט פארדעכטיק, זענען זײ באלד אנטלאפן. איך בין באלד ארונטער אין גאס. די הויפט־מוסרים האבן אנגעװיזן אויף ביר, אז איך האב געשלעפט די לעדער איבער דעם דאך פון אונדזער הויז, און יװאס איך האב געטאן מיט די אנדערע לעדער האבן זײ נישט געוװםט. די זשאנדארן האבן מיך באלד צוגעגומען אין זײער קװארטיר און מיך גוט צעשלאגן• ספעציעל האט זיך שאיע־משה אבער אויסגעצײכנט בײם שלאגן מיך. זײ האבן מיך געסטראשעט מיט פארשידענע סטראשונקעס, אז איך זאל זײ זאגן װאם איך האב געטאן מיט
די איבעריקע לעדער. אזוי האבן זײ מיך אפגעהאלטן םיר װאכן און געשיקט אין דער קרײז־שטאט בוסק׳ אויף א פארהער. עס האט זײ אבער וױיניק װאס געהאלפן, איך האב ױי נישט געזאגט װאס עם איז געװארן םיט די איבעריקע עלף לעדער און זײ האבן מיך באפרײט.
כמיעלניק האט זיך אין דער זעלבער צײט אדאנק די עםט־ רײכער אגגעהויבן קולטורעל צו אנטמיקלען. מען האט דער־ לויבט צו גרינדן א ביבליאטעק. עס האט זיך אױך ארגאניזירט א ײדישער סקאאוט (השומר). די ערשטע גרינדערם זענען געװען : ישכר קאנערצוקער, אברהם װײסבראד, ױםף זילבער־ בערג, נפתלי און ליפע דיאמענט, אלטער ראובן קלײנעדט און חײמל גוטמאן. עס האבן זיך אנגעהויבן פרײלעכע צײטן אין כמיעלגיק: פארזאמלונגען, אױםפלוגן און אויך ארומ־ רײםענישן. באלד האבן זיך די ביבליאטעק־אנהענגערם גענומען קריגן צוליב פארטײאישער אנגעהעריקײט. ע0 זענען געװען רעכטע און לינקע פועלי צױן און אויך אלגעמײנע צױניסטן. ישראלקע גוטמאן מיט זײנע אנהענגערס האבן פאר־ כאפט די ביבליאטעק און זײ האבן זיך גערופן לינקע פועלי־ צױן. ישכר קאנערצוקער און אברהם זילבערבערג האבן גענומען און געגרינדעט א צװײטע ביבליאטעק, װאס האט נעהייסן די צױניםטישע ביבליאטעק. און צו זײ זענען צוגעשטאנען די שומרים. מיר פלעגן זיך פארזאמלען אױף דעם שידלעװער װעג, לעבן דער שטײנהאקערײ, אדער בײ י־י דרײ בערג. מיר פלעגן פארן אדער גײן נאך פינטשעװ, בוסק און אנדערע ערטער מיט די לאנגע שטעקנס, מיר האבן מארשירט מיט םאלדאטישע טריט, געזונגען שײנע דעברעאישע לידער, געהאלטן רעפעראטן מיט פארלעזוגגען, געשפילט טעאטער מיט אמאטארישע קרעפטן. פון צײט צו צײט האבן אמתע אקטיארן־טרופעס אונדז באזוכט. די כמיעל־ ניקער ױגנט דורשטיק נאך קולטור און אויפקלערונג, האט אויפגעלעבט. און מען האט געלעזן אלץ װאם מען האט נאר געקענט אין כמיעלניק באקומען און מען האט כסדר געברענגט ביכער פון די גרויםע שטעט,
מיטאמאל איז דערגאנגען די ידיעה, אז ענגלאנד האט די ײדן צוגעזאגט אפצוגעבן ארץ־ישראל. די גדולה איז געװען זײער גרויס. אםך האבן זיך גענומען גרײטן צו פארן נאך ארץ־ישראל. באלד דערנאך א צװײטע ידיעה, אז אין רוס־ לאגד האט אויסגעבראכן די רעװאלוציע. אזעלכע אויפטרײם־ לענדיקע פאםירונגען, אײנע נאך דער אנדערער. עס איז געװארן שװער צו באנעמען און פארשטײן, װאס אזעלכעס עס קומט פאר אויף דער װעלט. די ידיעות זענען געװען זײער מאגערע. די צײטונגען זענען געװען צענזורירט. אבער עם האבן זיך אדורכגעריסן ידיעוח פון דער גרויסער װעלט, אויך צו אונדזער כמיעלניק• באלד האט מען אויך געהערט װי די דײטשן און די עסט־ רײכער גײט מיט דער פוטער אראס און זײ הײבן אן צו אנטלויפו פון פוילן אין בהלה און די פאליאקן נעמען בײ זײ