Original scan
Original memorial-book scan 142
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1176

275 פנקס כמיעלניק 276 צו דאם געװער און אלץ װאס נאר זײ קענען בײ זײ צונעמען׳ װי אויטאמאבילן׳ פערד׳ װעגענער׳ עסנװארג׳ קלײדער׳ און טוען די עסטרײבער און די דײטשע סאלדאטן מיט שאנדע פארטרײבן פון פוילן׳ פון פיל אפילו די הויזן ארונטערגענומען׳ אײך הערט מען אז די פאליאקן פירן שוין מלחמה מיט די אוקראאיגער און אויך מיט די באלשעװיקעם׳ און םפעציעל נעמט מען זיך צו די ײדן. מען װארפט שוין ײדן פון די לויפנדיקע באנען און אסך װערן געהרגעט. אט הערט מען װי אין לעמבערג האבן די פאליאקן געמאכט א שרעקלעבן פאגראם אויף דער ײדישער באפעלקערונג און אםך ײדן זענען געטויט געװארן. אט איז אין קיעלץ געװעזן א שרעק־ לעכער פאגראם׳ מיט אסך געהרגעטע און פארװונדעטע׳ צװישן די געהרגעטע און פארװונדעטע אסך פון מײנע באקאנטע און פרײנט. די ידיעות זענען שוידערלעכע. מיט .א פאר טעג שפעטער האט עס אויך פאסירט אין כמיעלניק. די לינקע פועלי צױן האבן געמאכט א שטיקל דעמאנסטראציע׳ און זײ האבן מארשירט מיט א רויטער פאן אין מארק. אײניקע פאליאקן׳ װעלכע זענען געװען באװאפנט מיט דעם געװער׳ װאס זײ האבן נישט לאנג צוגענומען פון די עסטרײכישע זעלגער׳ האבן אנגעהויבן שיסן צו די מאר־ שירנדיקע דעמאנסטראנטן׳ און באלד זענען געפאלן צװײ טויטע און עטלעכע פארװונדעטע. זעליק שנײדערם א מײדל און חײם קצבס מײדל׳ בײדע 16 יאר אלט׳ זענען געפאלן.

passage_fa758e12da72c1ce5a624251
Passage 2normalized OCR · source chars 1178-2267

א מײדל פון דוד דאלוס אין זעלבן עלטער איז פארװונדעט געװארן פון א קויל. אזוי האבן די פאליאקן געפײערט זײער באפרײאוגג. אין אײנעם אן אװנט׳ אין 1918, האכ איך באשלאםן דערשיםן דעם הויפט־מסור. מײנער א פרײנט׳ א פוילישער שײגעץ האט מיך באזארגט מיט א רעװאלװער און אלץ איז געװען פארטיק. מײן טאטע ז״ל האט זיך אין דער ריכטיקער צײט דערװוסט דערפון׳ איז ער געקומען און פשוט געװײנט פאר מיר׳ אז איך זאל דאם נישט טאן. געװײנט האט ער װי א קלײן קינד און איך בין געװען געצוװנגען צו רעזיגנירן פון דער נקמה. און אין דעם זעלבן שבת־אװנט — האב איך פארלאזן כמיעלגיק אויפן װעג נאך ארץ־ישראל. איך האב געשװױרן אז מער זאלן מײנע פיס נישט בארירן דאס פארשאלטענע פוילן מיט אירע מערדערישע פאליאקן. נאך זעקם חדשים ארומרײזן איבער פארשידענע באלקאן־לענדער׳ עסטרײד איטאליע׳ עגיפטן בין איך צוזאמען מיט נאך אנדערע׳ א גרופע פון 105 ױנגעלײט׳ כמעט אין זעלבן עלטער װי איך׳ אנגע־ קומען נאך ארץ־ישראל. אן געלט׳ אן קלײדער׳ אפגעריםן׳ אפגעשליםן׳ הונגעריק׳ אבער גליקלעך׳ װאם עם האט זיך אונדז אײנגעגעבן צו קומען די ערשטע אין לאנד פון אונדזערע אבות און פון אונדזערע באגערן. איך בין געװען דער ערשטער כמיעלניקער ײד׳ װעלכער איז געקומען קײן ארץ־ישראל.

passage_1d7820fb9918488e9f4c8d37