Original scan
Original memorial-book scan 143
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1125

עזריאל סאמעטבאנד / דאם לעבן בעתן ערשטן װעלט־קריג (בוענאס־אײרעס) עזריאל םאמעטבאנד װען די דײטשן האבן אקופירט װארשע אין יאר 1915 איז געװארן א גרויםע פאניק. פאבריקן ארן װארשטאטן האבן אויפגעהערט צו ארבעטן. פון טאג צו טאג איז געװאקסן די צאל ארבעטלאזע מענטשן. עס איז געװען א הונגער, באגלײט מיט כל מיני עפידעמיעם. איך מיט מײנע עלטערן, פיר ברידער און אײן שװעסטער, װאם האבן געװוינט און געארבעט א שטיק צײט אין װארשע, זענען באלד צוריקגעפארן אין אונדזער געבורט־שטעטל כמיעלניק. עס איז נישט לײכט אנגע־ קומען זיך .ארײנצובאקומען קײן כמיעלניק, װײל מען האט געברויכט שמוגלען די גרענעץ, װארעם אין כמיעלניק זענען געװען די עםטרײכער און בײ זײ איז געװען בעסער מיט עסנװארג װי בײ די דײטשן. מײנע עלטערן האבן זיך געמאכט א פאבריקל פון געגרױוע־ טע שיך און מיר, אלע קינדער, האבן געארבעט און מיט־ געהאלפן אונדזערע עלטערן אין דער פרנסה. די אקופאציע־מאכט האט דעמאלט קאנפיםקירט אלע סארטן לעדער און ספעציעל װײך לעדער פאר מלחמה־צװעקן אזוי׳ אז די שיך װאם די כמיעלניקער האבן באשטעלט האט מען די כאלעװעם געמוזט מאכן פון שניט־םחורה. אלע האבן געבראכט צו מײן פאטער, מאיר מאלעס, סחורה אויף שיך און צו אלעמענם צופרידנקײט זענען פון דעם שטאף קײן שלעכטע שיך נישט ארויס.

passage_a8c6a0638a5e1f3bf9c94d82
Passage 2normalized OCR · source chars 1127-2087

אין יאר 1916 איז געקומען זלמן בראװארניק, דער זון פון ישראלקע, פון קעלץ (איצט איז ער איז בוענאס־אײרעם), און צוזאמען מיט נאך חברים אפגעדונגען בײ משה גארליצקי אין מארק א סאלאן אויפן ערשטן שטאק. אין דעם םאלאן האבן זיך יעדן שבת אין אװנט געטראפן חברטעם מיט חברים. אין דער באגלײטונג פון מוזיקאנטן זענען ארגאניזירט געװארן פארװײלונגען מיט טענץ װו ױנגעלײט האבן געפרװוט, דאס ערשטע מאל אין דער געשיכטע פון כמיעלניק, זיך פארװײלן מיט מײדלעך. אין א געװיםן שבח־צונאכטס, װי מיר האבן אנגעפאנגען צו טאנצן אין דער באגלײטונג פון אונדזערע שטעטישע קלעזמארים, האט זיך אין טיר באװיזן דער הויפט־ שמש פון רב, ר׳ משה שמש מיט א גרופע חסידים, זײן ״לײב־גװארדיע׳/ און האט אויסגערופן: ״דער רב האט באפוילן מען זאל אויפהערן צו טאנצן, ױנגען מיט מײדן צוזאמען• עס קאן, חלילה, קומען אן אומגליק אויף דער שטאט צוליב די הולטײםקע מעשים פון די פורצי גדר״. מיר האבן גאנץ קאטעגאריש געענטפערט, אז מיר װעלן נישט אויפהערן. באלד נאכן אװעקגײן פון משה שמש האט זיך באװיזן דער רב אלײן אין דער באגלײטונג פון הערצקע

passage_f2c63143201a3ac9870a577c
Passage 3normalized OCR · source chars 2089-2318

קצב און מיר האבן געמוזט אויפהערן. צומארגנס האבן מיר געטראפן בײ אונדזער טאנץ־םאלאן אװעקגעשטעלמ די ״מיטה״ (מתים־קאסטן) פון דער ״חברה נושאים״ אזוי האט מעי געװאלט אפשרעקן די ױנגעלײט, זײ זאלן שוין מער נישט פרװון ארגאניזירן טאנץ־אװנטן.

passage_8dcdb5682b71ca295b824681
Passage 4normalized OCR · source chars 2320-3909

אין זעלבן יאר, 1916, האט שוין פון לאנג עקזיסטירט דער צױניסטישער פארײן, װאס האט געהאט זײן לאקאל בײ דוד דאלוס, און עס האבן זיך אויך אנגעהויבן צו ארגאניזירן די לינקע פועלי־צױן. זײער ערשטע טעטיקײט איז געװען אויפ־ ציפירן א טעאטער־שטיק. דאם איז אױסגעפירט געװארן מיט גרוים דערפאלג און מיט גרוים הכנסה. פאר דעם געלט האבן מיר באשלאםן צו פארשרײבן אונדזערע אלע מיטגלידער אין דער ביבליאטעק. זײענדיק שוין א מערהײט אין דער ביבליאטעק, האבן מיר ארגאניזירט אן אלגעמײנע פארזאמלונג פון אלע מיטגלידער אין מגידם בית המדרש, נעבן אלטן בית הקברות. עס זענען פארגעקומען װאלן צו דער לײטונג פון דער ביבליאטעק. די לינקע פועלי צױן האבן באקומען די מערהײט און פארנומען די ביבליאטעק. די ביבליאטעק איז איבערגעפירט געװארן אין נײעם לאקאל פון פועלי צױן בײ חײם קצב, װאס איז באשטאנען פון צװײ צימערן — אײן צימער פאר דער ביבליאטעק און דער צװײטער פאר געבן לעקציעס אונדזערע חברים. אין די אװנטן האבן מיר באזוכט די װארשטאטן, ארגאניזירט די ארבעטער, געװיזן דעם װעג צו לעזן ביכער און אנשליסן זיך אין דער ביבליאטעק. פאר די װאס האבן נישט געקענט לײענען און שרײבן האבן מיר ארגאניזירט אװנט־קורסן, עס זענען אויפגעפירט געװארן פאר־ שידענע טעאטער־שטיק. די פארשטעלונגען זענען געשפילט געװארן אין דער שאפע פון דער ״סטראזש־אגניאװע״. קײן בענק זענען דארט נישט געװען. האט מען אלײן פון די ברעטער צוזאמענגעקלאפט בענק צו זיצן פארן פיבליקום. װי נאר די פארשטעלונג האט אנגעהויבן, האט מען פון דער בינע געשריגן אויפן זאל: ״אויסצולעשן די לאמפן״: אבער װען מען האט זיך ארויפגעשטעלט אויםלעשן די לאמפן האבן זיך די בענק אײנגעבראכן. יענקל אײזענבערג (איצט אין בוענאס־ אײרעס) און נאך אנדערע זענען געװען די ארדענונג־האלטערס אין טעאטער. די פארשטעלונגען האבן געדויערט גאנצע

passage_52b81ad90a5cb3eb370d50c5
Passage 5normalized OCR · source chars 3910-4139

נעכט. װען מיר זענען ארוים, האבן מיר שוין געטראפן בכבודיקע ײדן גײן צום דאװענען מיט טלית און תפילין. צו יענער צײט איז געקומען קײן כמיעלניק מאקס רעיפיש און די עבערטעס טאכטער, װאם האבן געפרוװט ארגאניזירן דעם ״בונד׳/ אבער אן דערפאלג.

passage_df8fe91538150dc758aa9f9b