יעקב םריידמאו / עפיזאדו פװ ערשטו װעלט־קריג (מיאמײביטש) װי דער רבי ר׳ מאטעלע האט מיך געראטעװעט דאס איז געװען בעת די רוםישע ארמײעז האבן פארנומען די דורך די עםטרײכער פארלאזענע פאזיציעס און ארײנ־ געדרוגגען אין שטאט. די אידיליע איז פארשװונדן. מיט די רוסישע סאלדאטן אײנצולעבן זיך איז געװען פיל שװערעי־ װי מיט די עסטרײכער. ם׳האבן זיך א שאט געטאן א ביסל לאזאקן און מ׳האט פאר די געציטערט אימת מװת. אחוץ דעם האבן זיך אין שטאט באװיזן הײמלאזע, ״ביעזשע־ נצעס״ װי מ׳האט זײ גערופן, ארויםגעטריבענע פון די ראנד־ געביטן מיט זײערע בעבעכעס. דאס האט אויף דער שטאט אגגעװארפן א נאך גרעםערע אימה. אט אין יעגע טעג האט זיך גיך פארשפרײט די נײעם׳ אז דער רבי ר׳ מאטעלע איז אנגעקומען אין שטאט און װעט דא פארברענגען א לענגערע צײט. זײן סטאנציע איז דאן געװען בײ דוד ױםף זילבערבעדג אין הויז. דער רבי ר׳ מאטעלע איז געװען א גאר אנגעלײגטער גאםט. ײדן האבן זיך געפילט עפעס װי זיכערער אונטער די פליגל פון רבינס שוץ. פאר די ימים־נוראים פלעגן מיר קומען אין שטאט. מיר האבן דעמאלט נאך געװוינט אין דארף לאגעװניק• יעדער האט געקענט הענעך לאגעװניקער. ער האט פאר־ בראכט צוליב זײנע מםחרים מער אין שטאט װי אין דארף.
מײן פאטער ע״ה איז געװען אן אזשעראװער חםיד. צוליב כבוד אב און אנדערע טעמים פלעג איך זײן א שטענדיקער מיטגײער מיט מײן טאטן אין שטיבל צום דאװענען. אין ערשטן טאג ראש השנה האט דער רבי ר׳ מאטעלע געדארפט קומען צו מנחה אין פראסטן בית־המדרש. אנשטאט גײן אין שטיבל צו מנחה׳ זאגט מײן פאטער — מיר זאלן גײן אין פראםטן בית המדרש׳ זען דעם רבין. דאם איז מיר שטארק געפעלן געװארן — געװאלט זעען א חסידישן רבין פון דער נאענט׳ בפרט נאך דעם רבין ר׳ מאטעלע׳ װאם איז געװען בארימט. ארױסגײענדיק פון הױז האבן מיר זיך געלאזט גײן אין דער ריכטונג צום פראסטן בית המדרש דורכן שול־געסל. דאס איז געװען דער נאענטסטער װעג פון דעם ארט וװ מיר האבן געװוינט. װען מיר האבן זיך׳ איך און מײן פאטער׳ דערנענטערט צו דער שול׳ זעגען אונדז אנטקעגנגעריטן צװײ קאזאקז אויף זײערע פערד מיט די שװערדן כײ דער זײט צוזאמען מיט א צױױל־געקלײדעטן מאן. אלע דרײ אין א נישט צו זויבערן צושטאנד. אזוי װי מיר זענען אנטקעגנגעקומען פנים אל פנים איז דער צױויל־געקלײדעטער מאן אין זײן שיכורן צושטאנד צוגעלאפן צו מיר מיט זײן גאנצער רציחה׳ און אנגעכאפט מיך בײם האלדז. גענומען שרײען: דער ױנגער זשיד האט מיר צוגערויבט מײן זײגער ! מײן זײגער ! מײן זײגער גיב מיר צוריק ״זשידזשע פארשיװי״ !
מײן פאטער האט פרובירט אפשלאגן דעם בלבול. די צװײ קאזאקן אויף זײערע פערד׳ אויך אין .א שיכורן צושטאנד׳ האבן ארויםגעצויגן פון די שײדן זײערע בלאנקע שװערדן׳ מיר צוגעשטעלט צום האלדז. בײדע קאזאקן האבן געשריגן מיט באנומענע קולות איך זאל צוריקגעבן דעם זײגער. דעד צױויל־געקלײדעטער גוי האט גענומען רײסן מײנע קלײדער. דער רבי ר׳ מאטעלע זצ״ל (טריםקער דינאםטיע)